היינט זונטאג אינדערפרי האט דער אמעריקאנער וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען געזאגט אז די אבאמא אדמיניסטראציע האט ערנסטע צווייפלען איבער די אויסגעהאלטנקייט און יושר פון די איראנער וואלן און עס איז שטארק מעגליך אז אכמעדינעדזשאד האט טאקע געפעלשט די וואלן נישט וועלנדיג אראפגעווארפן ווערן פון אמט
ער האט אבער צוגעלייגט אז דערווייל האט אמעריקע נישט קיין אנדערע אויסוועג ווי אנצונעמען אז אכמעדינעדזשאד האט געווינען די וואלן, ביז ווילאנג מען וועט נישט איבערציילן און די ריכטיגע רעזולטאטן וועלן זיך ארויסשטעלן
די טענות פון די מוסאווי באזע איז אז אכמעדינעדזשאד איינגעשטעלטע שטיצער האבן גע'פסל'ט טויזנטער שטימען פון מוסאווי שטיצער אזוי ארום אז אכמעדינעדזשאד זאל ארויסקומען דער זיגער
I think President should make another speech maybe it will help
ReplyDeleteאוי אוי אוי!!! איר זענט גאר בייסיג. כ'מיין אז איר זאלט בעסער זיך צוקוקן וויאזוי די איראנער פאלק וויל נישט אכמעדינעדזשאד און וויל ענדערש דער קאנדידאט וועלכער וואלט גרינגער שלום געמאכט מיט אמעריקע, וועסטו זען אז אבאמא'ס רעדע האט יא אויפגעטון
ReplyDelete