Sunday, June 7, 2009

אבאמא באזוכט בוכענוואלד קאנצענטראציע לאגער אין עמאציאנעלן שטימונג

פרעזידענט באראק אבאמא האט פארגאנגענעם פרייטאג באזוכט אינעם קאנצענטראציע לאגער בוכענוואלד, וואו אידן זענען געפייניגט געווארן דורך די דייטשן ביי די צווייטע וועלט קריג. אבאמא איז אנגעקומען דארטן אין באגלייטונג פון דייטשן קאונסלער ענדזשעלאו מערקעל און צוויי מלחמה איבערלעבער אלי וויזעל און בערטרענד הערץ
אבאמא האט אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער, זאגנדיג אז די פלעצער האבן נאכנישט פארלוירן זייער גרויזמאקייט פון וואס עס האט זיך אפגעשפילט מיט איבער 60 יאר צוריק
ווען מען האט אים געפרעגט שפעטער איבער די וועלכע פארלייקענען דעם האלאקאוסט, האט ער געזאגט אז די וועלט טאר נישט פארנעמען די וועלכע וואגן זיך צו זאגן אזא נארישקייט און פארלייקענען א זאך וואס עס זענען נאך פאראן לעבעדיגע עדות דערצו
ווען מען האט אים מער ספעציפיש געפרעגט איבער איראנס פרעזידענט אכמעדינעדזשאד און זיין פארלייקענען פונעם האלאקאוסט, האט אבאמא געזאגט אז ער לאדנט אכמעדינעדזשאד צו קומען באזוכן אזא קאנצענטראציע לאגער און נאכדעם קען ער שוין זאגן וואס ער וויל

1 comment: