Tuesday, June 9, 2009

דעמאקראטן פארלירן קאנטראל פון ניו יארק סטעיט סענאט

נעכטן מאנטאג זענען די דעמאקראטן אין ניו יארק געכאפט געווארן אין שאק, נאכדעם וואס זיי האבן פלוצלינג פארלוירן קאנטראל פונעם סטעיט סענאט, און עס איז אריבער אונטער קאנטראל פון די רעפובליקאנער מיטגלידער

עס זענען פארגעקומען עטליכע וויכטיגע אפשטימונגען אינעם סטעיט סענאט, ווען צוויי דעמאקראטן, וועלכע זענען גענויגט צו די רעפובליקאנער אינטערעסן, האבן זיך צוגעשטעלט ביי די אפשטימונגען מיט די רעפובליקאנער, געבנדיג די רעפוסליקאנער א מערהייט פון 32 איבער 30, אויטאמאטיש אפהאקנדיג די דעמאקראטישע פירערשאפט

די נייעס איז א שטארקער פאטש פאר די דעמאקראטן, נאכדעם וואס זיי האבן געווינען קאנטראל אויפן סטעיט סענאט אין ניו יארק ביי די פארגאנגענע וואלן אין נאוועמבער 2008, נאכדעם וואס פאר לאנגע יארן האבן עס די רעפובליקאנער געפירט

2 comments:

  1. As long the dems have control in Washington, its not such a major flop local.

    ReplyDelete
  2. hey don't worry the dems will follow in Washington how long can u tolerate whats going on with the dems in Washington.

    ReplyDelete