Wednesday, June 10, 2009

קרייסלער ראטעוועט זיך פון באנקראט; שליסט אפמאך מיט איטאליענע אויטא פירמע פייעט


די אמעריקאנער אויטא פירמע קרייסלער, וועלכע האט אין די לעצטע צוויי יאר געליטן גרויסע פארלוסטן אינאיינעם מיט די זינקנדע עקאנאמיע אין אמעריקע, האט ענדליך דערגרייכט א אפמאך מיט א איטאליענע אויטא פירמע, וועלכע האט איר אויסגעקויפט, און אזוי ארום האט זי זיך געראטעוועט פון מיטמאכן דאס וואס די אנדערע אמעריקאנער אויטא פירמע דזשי עם האט געליטן, ווען זי איז געווען געצווינגען צו דערקלערן באנקראט, נאכדעם וואס עס האט נישט געהאלפן גארנישט צוריקצוברענגען די פירמע אויף די פיס, אריינגערעכנט אבאמא'ס אויפטוען מיטן צווינגען אויפצונעמען א נייעם עקזעקיוטיוו און די גרויסע בעילאוט געלטער וואס מען האט איר געגעבן און געבארגט

ביז נעכטן דינסטאג שפעט נאכמיטאג האט א געריכטליכע אורטייל אפגעהאלטן די פירמע קרייסלער פון מעגן ווערן פארקויפט צו דע איטאליענער פירמע, צוליב וואס די דעטאלן זענען נאכנישט געווען געהעריג אויסגעארבעט און אינוועסטארס האבן נישט געוואלט אז די פירמע וואו זיי האלטן זייערע געלטער זאל באגיין א טעות מיטן טון א איבערגעאיילטע שריט, אבער נעכטן שפעט דינסטאג האט דער געריכט געענדיגט אויסארבעטן די דעטאלן און היינט מיטוואך אינדערפרי איז עפנטליך געווארן אונטערגעשריבן דער אפמאך אז די אמעריקאנער קרייסלער פירמע וועט זיך פארקויפן פאר די איטאליענער אויטא פירמע פייעט

דאס וועט פירן צו די פארמירונג פון א נייע פירמע וועלכע וועט גערופן ווערן "קרייסלער גרופע", אין וועלכע די איטאליענע פירמע וועט ווערן א עמטליכער שותף פון 20 פראצענט אין דער פירמע. דער אפמאך איז אז די פראצענטן קענען ארויפגיין, צו אזויפיל ווי 35 פראצענט, אויב וועט קרייסלער גרייכן צו געוויסע צילן, וואס דאן וועט דאס באדייטן אז די אפקויף האט זיך אויסגעארבעט און עס קומט א גרעסערע טייל פאר פייעט


אויפן בילד זעט איר א אויטא אויפן איטאליענער סטיל. גרייט אייך צו זען מער אזעלכע אויטאס אין אמעריקע צוליב וואס פייעט וועט האבן א ווארט אין קרייסלער

No comments:

Post a Comment