Sunday, June 7, 2009

מאן אויף מיסיע אומצוברענגען פרעזידענט אבאמא ארעסטירט


סאלט לעיק סיטי. - אויטאריטעטן האבן פארגאנגענעם דאנערשטאג ארעסטירט דעניעל דזשעימס מארי, וועלכער האט געזאגט פאר א באנק איינגעשטעלטער, ביים ארויסנעמען זיין אפגעשפארטע געלטער פון זיין אקאונט, אז ער איז אויף א מיסיע אומצוברענגען דעם אמעריקאנעם פרעזידענט באראק אבאמא

די סיקרעט סערוויס האט געמאלדן אז מארי איז ארעסטירט געווארן נאכן אפגעפינען ווערן אין נעוואדא, צוליב די סטראשונקעס וואס ער האט געמאכט אויפן פרעזידענטס לעבן מיט א מאנאט פריער זייענדיג אין יוטא

געהילף אטוירני דזשענעראל בארבארא בערנסאן האט געזאגט אז מארי געפינט זיך אין פעדעראלע ארעסט און וועט ערשיינען מאנטאג אין געריכט צו באקומען א ענדגילטיגן דאטום פאר א געהעריגע געריכטליכע פראצעדור

עס איז נישט קלאר צי זיינע סטראשונקעס זענען געווען א ערנסטע געפאר פארן פרעזידענט. מארי'ס טאטע זאגט אז זיין זון איז פראבלעמאטיש אבער נישט מסוכן. אנדערע שכנים האבן געזאגט אז מארי איז א בלויזער צערידערטער

שטאטישע רעקארדס ווייזט אז מארי האט געהאט רעגיסטרירט אויף זיין נאמען 8 רעוואלווערס

No comments:

Post a Comment