Tuesday, June 9, 2009

העלט קעיר רעפארם מלחמה- אין פולן קראפט

פרעזידענט אבאמא האט פון די ערשטע מינוט פון זיין פרעזידענטליכן קאמפיין געזאגט אז אויב ווערט ער ערוועלט, וועט ער ארבעטן פאר א בעסערע העלט קעיר סיסטעם און אז יעדער איינציגער אמעריקאנער בירגער, אפילו די וועלכע קענען זיך דאס נישט ערלויבן, זאלן באקומען אייניגע סערוויס פון זייערע דאקטוירים ווי די וועלכע האבן יא א אייגענען העלט אינשורענס

אצינד, אכן אפענדיגן עטליכע וויכטיגע שריט און גרויסע רעדעס אויפן פראנט פון נאציאנאלע זיכערהייט און נאכן אדורכפירן עטליכע בילס וועלכע וועלן האפנטליך לעזן די עקאנאמישע פראבלעמען אין לאנד, האט זיך דער פרעזידענט גענומען צו איינס פון זיינע הויפט קאמפיין צוזאגונגען, און דאס איז: העלט קעיר רעפארם

אין סענאט און אין קאנגרעס קומען שוין פאר העפטיגע צוגרייטונגען איבער דער אישו. דעמאקראטן גרייטן זיך דאס דורכצופירן מיט גרויס פאמפע, אינדערצייט וואס די רעפובליקאנער וועלן פאר יעדן פרייז דאס פרובירן צו שטערן

באריכטן זאגן אז פירנדע דעמאקראטן אינעם סענאט גרייטן צו א ספעציעלע ביל וועלכע וועט ארויפלייגן א געלט שטראף פאר די אלע מענטשן וועלכע וועלן נישט האבן קיין העלט אינשורענס דעקונג. אזוי אויך באטראכטן די דעמאקראטן א פלאן צו העכערן שטייערן אויף געוויסע טייערע פלענער און פאליסיס פון פריוואטע העלט אינשורענס פירמעס, וואס מיט דעם געלט וועלן זיי העלפן פינאנצירן די העלט קעיר קאסטן וועלכע די רעגירונג וועט צושטעלן פאר די וועלכע קענען זיך נישט ערלויבן צו קויפן טייערע און פריוואטע העלט קעיר

פון די אנדערע זייט האבן די רעפובליקאנער פרובירט אנצוהייבן ארבעטן קעגן די גראנדיעזע פלענער פון די דעמאקראטן און די אבאמא אדמיניסטראציע, שיקנדיג א בריוו צו פרעזידענט אבאמא אז ער זאל ביטע נישט טוישן גענצליך דעם אמעריקאנעם העלט קעיר סיסטעם פון אמעריקע, נאר בלויז דורכפירן קליינע רעפארמען

No comments:

Post a Comment