Thursday, June 11, 2009

וועלטס געזונטהייט ארגאניזאציע דערקלערט: שוויין פלו איז גלאבאל

די וועלטס געזונטהייט ארגאניזאציע, וועלכע איז סטאנציאנירט אין גענעווע שווייץ, האט היינט דאנערשטאג געזאגט פאר אירע לענדער-מעמבערס אז געבט ארויס א דעקלעראציע אז דער שוויין פלו איז א גלאבאלע פלו. דאס איז די ערשטע מאל אין די לעצטע 41 יאר וואס די ארגאניזאציע דערקלערט א גלאבאלע עפידעמיע, נאכדעם וואס די אינפעקציעס און דער צאל פון באטראפענע זענען שטארק געשטיגן אין די לעצטערע טעג און וואכן אין אמעריקע, אייראפע, אוסטראליע און אויך אין אנדערע קאנטינענטן

די ארגאניזאציע האט געזאגט אז זי דערקלערט דער שוויין פלו גלאבאל, נאכדעם וואס זי האט נעכטן מיטוואך אפגעהאלטן א עמורדזשענסי זיצונג מיט אירע מעדיצינישע עקספערטן, ברענגענדיג דעם ווארענונג שטאפל פון 5 צו 6, וואס דאס איז די העכסטע אלערט ווארענונג איבער א עפידעמיע וואס די ארגאניזאציע האט נאר ארויסגעגעבן אין איר היסטאריע

נעכטן מיטוואך האט די ארגאניזאציע ארויסגעגעבן די שרעקעדיגע ציפערן פון שוויין פלו באטראפענע איבער די וועלט. אזויפיל ווי 74 לענדער האבן באריכטעט נאנט צו 28 טויזנט פעלער פון שוויין פלו אנגעשטעקטע, אריינגערעכנט 141 טויטפעלער

און אויב איז דאס נישט גענוג שרעקעדיג, האט די ארגאניזאציע קלארגעשטעלט אז רוב פון די וועלכע זענען געשטארבן פונעם פלו, ווייסט מען קלאר אז דאס איז געווען די אורזאך צו זייער טויט, וויבאלד רוב פון די באטראפענע זענען געווען יונג און געזונט

עקספערטן זאגן אויך אז דער נאטור פון אזא סארט פלו איז אז אין די מער-ווארעמע וועטערס ווערט דאס פארשוואנדן, אבער שוויין פלו איז נאך דערווייל נישט אוועקגעגאנגען און עס איז שרעקעדיג צו טראכטן וואס עס וועט זיך דערפון אויסלאזן

No comments:

Post a Comment