Thursday, June 18, 2009

איראנער בירגער באנייען די פראטעסטן

היינט דאנערשטאג האבן זיך די פראטעסטן אין איראן באנייט, ווען הונדערטער טויזנטער האבן פריש אנגעפילט די גאסן און פראטעסטירט קעגן אכמעדינעדזשאד, צוליב וואס ער האט ארויסגעשווינדלט א זיג אין די פארלאפענע וואלן

די נייע פראטעסטן זענען פאררופן געווארן ווי א "קלאג ראלי" צו באוויינען די וועלכע זענען אומגעברענגט געווארן דורך די ברוטאלע פאליציי צוליב וואס זיי האבן געקעמפט פאר פרייהייט. די באריכטן צייגן אז אזויפיל ווי 37 מענטשן זענען שוין אומגעקומען פון וואונדן און הונדערטער אנדערע זענען פארוואונדעט

דער הויפט קעגנער פון אכמעדינעדזשאד, דער רעפארמיסט מיר כוסעין מוסאווי, איז פערזענליך ערשינען אין פובליק ביי די ראלי, און די מאסן האבן געשאלט און געפייערט פאר אים. די גאסן אין טעהראן זענען איבערגעפילט. אזויפיל ווי א מיליאן מענטשן נעמען אנטייל ביי די באנייטע ראלי

מוסאווי האט אויך אויפגעטרעטן מיט א רעדע ביי די ראלי, זאגנדיג אז ער איז געלאפן צו פארבעסערן איראנס באציאונגען מיט די אינטערנאציאנאלע געמיינדע און ארויסצושלעפן איראן פון די קארופציע, טעראר שטיצע, און עקאנאמישע דורכפעלער

Wednesday, June 17, 2009

רעפובליקאנער סענאטאר: מיר רעפובליקאנער זענען אזוי ווי די איראנער בירגער


די איראנער בירגער זענען גאר שטארק צעדריקט און די אכמעדינעדזשאד רעגירונג טוט אלעס וואס איז מעגליך צו בלאקירן אז זיי זאלן קענען קאמיוניקירן איינער מיטן צווייטן

די איראנער זענען אבער קלוג געווארן און זיי באניצן זיך מיט די באקאנטע וועבזייטל "טוויטער". פאר די וועלכע זענען נישט באקאנט וואס דאס איז, לאמיר געבן א קורצע הסבר: דאס איז א וועבזייטל וואו יעדער קען ארויפשרייבן א מעסעדזש וואס ער וויל געבן צו הערן פאר די וועלט, און ווער עס וויל קען ארויפגיין אויף טוויטער און ליינען זיינע מעסעדזשעס

אין פאקט האבן עטליכע אמעריקאנער נייעס סטאנציעס אפילו אנגעהויבן נעמען נייעס איבער די סיטואציע אין איראן פון טוויטער, וועלכע ווערט אצינד באניצט דורך טויזנטער איראנער יוגנטליכע וועלכע שרייבן כסדר אלעס וואס עס שפילט זיך אפ דארטן און די פראטעסטן

אלנפאלס. האט א רעפובליקאנער קאנגרעסמאן היינט געשריבן אויף טוויטער אז די רעפובליקאנער אינעם סענאט אין קאנגרעס זענען גענוי אזוי ווי די איראנער בירגער

קאנגערסמאן דזשאן קאלבערסאן האט געשריבן ווי פאלגענד: עס איז גוט צו זען ווי די איראנער בירגער האבן אנגעהויבן ניצן טוויטער. די וועלכע געפינען זיך אין דיקטאטורישע רעגירונגען איז דאס א גוטע וועג וויאזוי צו קאמיוניקירן שטילערהייט. זיי זענען אזוי ווי מיר רעפובליקאנער וועלכע שרייבן אויף טוויטער אינמיטן ווען באראק אבאמא געבט זיינע רעדעס

איראן פראטעסטן האלטן אן


עס איז שוין היינט מיטוואך, עס ווערט שוין באלד א וואך זינט די איראנער בירגער זענען ארויס צו די שטים בודקעס, און די פראטעסטן קעגן אכמעדינעדזשאדס פאלשער געווינס גייען נאך אן אין פולן קראפט. אין פאקט ווערט עס שטארקער און גרעסער מיט יעדע פארבייגייענדע מינוט

אין טייל ערטער האט מען שוין אפילו געזען ווי די פאליציי געבט אויף זייערע רציחות און שליסן זיך אן אינאיינעם מיט די פראטעסטירער קעגן אכמעדינעדזשאד. עטליכע הויפט ספארט שפילער אין איראן זענען נעכטן אריינגעקומען צום שפיל מיט ספעציעלע גרינע בענדלעך (די קאליר פון דער מוסאווי קאמפיין) אויסצודריקן סאלידאריטעט פאר מוסאווי וועלכער האלט אן זיין שטייפקייט און וויל נישט אויפגעבן זיין קאמף

פון די אנדערע זייט האט אכמעדינעדזשאד נאכנישט אויפגעגעבן זיין טייל אינעם קאמף. עס איז פאראן אין איראן א ספעציעלע גרופע וואס זיי קענען אנידערזעצן סיי וועלכן אאיטאלא, אפילו דעם הויפט אאיטאלא כומעיני קענען זיי אנידערזעצן פון מאכט, און עס קומען אצינד באריכטן אז מען האט די גאנצע גרופע ארעסטירט, וויבאלד אכמעדינעדזשאד ווייסט אז אויב וועט מען עלימינירן כומעיני פארלירט ער זיין הויפט וואפן

פון די אנדערע זייט האט כומעיני אנגעהויבן שפירן א שטארקן דרוק פון די איראנער בירגער און אויך פון די גאנצע וועלט, און אין רעזולטאט, האט ער אנגעהויבן זיין מער אקטיוו אין איבערציילן די שטימען. ער האט פאררופן א זיצונג מיט פארזיצער פון אלע 4 קאנדידאטן וועלכע זענען געלאפן אין די וואלן און פון יעדן אויסגעהערט די ארגומענטן און זיי בארואיגט

עס זעט דערווייל נישט אויס ווי די מאסן האלטן ביים זיך ברעכן פאר די פרעשור און רציחות פון די פאליציי (ווי איר קענט זען אויף די בילדער פון די מאסן פראטעסטן) און די שאנסן אז דא וועט זיך אויסקאכן א געהעריגע רעוואלוציע אין וועלכע די אכמעדינעדזשאד רעגירונג וועט ווערן אראפגעווארפן, ווערן גרעסער און גרעסער

פרעזידענט אבאמא לייגט פאר זיינע פלענער פאר וואל סטריט

דער אמעריקאנער פרעזידענט באראק אבאמא האט היינט מיטוואך פארגעלייגט זיינע פרישע פלענער וויאזוי ער פלאנירט צו העלפן וואל סטריט זיך צו ערהוילן פונעם עקאנאמישן שווערן צושטאנד אין וועלכע זי געפינט זיך לעצטנס

דער פרעזידענט האט ארויסגעלייגט פארשידענע נייע רעגולאציעס וויאזוי דער סטאק מארקעט וועט קאנטראלירט ווערן צו פארזיכערן אז מענטשן מאכן נישט קיין שלעכטע און פינאנציעל-אומאויסגעהאלטענע באשלוסן

רעפובליקאנער האבן שארף קריטיקירט דעם פרעזידענט, אז ער פארגרעסערט נאר די מאכט פון די רעגירונג איבער די פינאנציעלע אינסטיטוציעס און אז דאס וועט נישט ארויסשלעפן אמעריקע פונעם עקאנאמישן זומפ אין וועלכע זי געפינט זיך

דערויף האט דער פרעזידענט געגעבן א שארפן ענטפער, זאגנדיג אז נישט ער איז דער וואס וועט חרוב מאכן די עקאנאמיע. ער פרובירט בלויז אויפצורייניגן דאס וואס זיין פארגייער האט אנגעמאכט און וואס די רעפובליקאנער פאליסיס פון די לעצטערע יארן האבן אנגעמאכט

מען ערווארט צו הערן ענדע טאג וויאזוי די מארקעטס וועלן רעאגירן צום פרעזידענט רעדע און צו זיינע נייע פלענער

פרעזידענט אבאמא אטאקירט "פאקס ניוז" טעלעוויזיע סטאנציע

פרעזידענט אבאמא האט נעכטן אפגעהאלטן א אינטערוויו מיט די סי ען בי סי פינאנציעלע נייעס טעלעוויזיע סטאנציע, אין וועלכע ער האט ארומגערעדט פון אלע זאכן וואס שפילן זיך אפ ארום די וועלט, אנגעהויבן פון די שווערע עקאנאמישע מצבים און געענדיגט ביי די אויסערן פאליטיק קאפוויי ווי די אומרוען אין איראן און די סטראשונקעס פון נארט קארעא
אינמיטן פון דער אינטערוויו איז אריינגעקומען צו רעדן פונעם פרעזידענטס פאפולאריטעט איבערן לאנד און דער פרעזידענט האט מיט א האלבן שמייכל געזאגט אז עס איז פאראן איין טעלעוויזיע סטאנציע וועלכע איז גענצליך אוועקגעגעבן אים צו אטאקירן, מיינענדיג דערמיט די רעכט-גענויגטע פאקס ניוז

אט קענט איר מיטהאלטן דער גאנצער אינטערוויו מיטן פרעזידענט




הילערי קלינטאן האלט אפ זיצונג מיט אכט פון אירע פארגייער

האבנדיג עטליכע שווערע וואכן זינט נארט קארעא האט אנגעהויבן סטראשענען מיט נוקלעארע אטאקעס און אין איראן קומט פאר מאסיווע ראיאטן, האט סעקרעטערי אוו סטעיט הילערי קלינטאן פאררופן אכט פון אירע פארגייער וועלכע האבן געדינט אויף די פאזיציע פון סעקרעטערי אוו סטעיט אין די פארגאנגענע יארן, כדי צוזאמצוקלויבן זייער ראט, עקספערטיז און חיזוק

נעכטן דינסטאג האט זי אפגעהאלטן א נאכטמאל, אין וועלכע עס האט זיך, צווישן אנדערע, באטייליגט די ערשטע פרוי וועלכע האט געדינט אויף דער פאזיציע פון סעקרעטערי אוו סטעיט, מעדעלין אלברייט. עס האבן אויך אנטייל גענומען ביי דער ספעציעלער נאכטמאל קאלין פאועל און קאנדאליזא רייס וועלכע האבן געדינט אויף דער פאזיציע פון סעקרעטערי אוו סטעיט אונטער די בוש אדמיניסטראציע

עס איז נישט קלאר וואס מען האט דארטן גערעדט, אבער א געהילף צו קלינטאן האט געזאגט אז די סעקרעטערי האט זיך אויסגעדריקט אז זייער הילף און ראט וועט איר זיין גאר ניצבאר אין די שווערע וועלטליכע סיטואציעס צו וועלכע זי שטייט אצינד אויס

מעקסיקאו אנטדעקט דראגס באהאלטן אין שארק פישן

די נעווי אין מעקסיקאו האט היינט מיטוואך אנטדעקט און קאנפיסקירט איבער א טאן פון די שעדליכע קאקעין דראגס, וועלכע איז געווען באהאלטן אין ריזיגע פארפרוירענע שארק פישן

די ספעציעלע דראג איינהייט אין די מעקסיקאנער נעווי האט פארהאלטן א פארדעכטיגטע שיף און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז אזויפיל ווי 20 ריזיגע פארפרוירענע שארק פישן זענען געליגן מיט א אומשולדיגן אויסזען אויפן שיף, אבער ווען די אונטערזוכער האבן דאס אויפגעשניטן, האבן זיי אנטדעקט די באהאלטענע סחורה

די מעקסיקאנער נעווי איז לעצטנס גאר פארזיכטיג מט די שיפן וועלכע פארן אריבער מיט סחורה קיין אמעריקע, וויבאלד די שמוגלער קומען לעצטנס אויף מיט גאר קונצליכע וועגן וויאזוי אויסצופאפן די אויטאריטעטן און עס זאל זיי געלונגען אריבערצושווערצן די אומלעגאלע סחורה

מען האט אין די לעצטערע טעג אויך געפינען דראגס באהאלטן אין פארשידענע רעליגיע ארטיקלען און אין פארמאכטע סאודע קענס

קאנגרעס באשטעטיגט פרישע געלטער פאר איראק און אפגאניסטאן מלחמות

דער אמעריקאנער קאנגרעס האט נעכטן דינסטאג באשטעטיגט א פרישע ביל פון 106 ביליאן דאלאר צו פינאנצירן פונדאסניי די מלחמות וועלכע אמעריקע פירט אין איראן און אין אפגאניסטאן. די דעמאקראטישע סענאטארן האבן געשטימט פארן ביל טראץ וואס זיי זענען נישט מסכים צום פרעזידענטס צוגאנג אין אפגאניסטאן

די אפשטימונג וועלכע איז באשטעטיגט געווארן 226 קעגן 202 איז געקומען נאכדעם וואס דער אמעריקאנער טרעזשורי סעקרעטאר טימאטי גייטנער האט געארבעט און איבערגעצייגט עטליכע דעמאקראטישע סענאטארן אז זיי זאלן שטיצן דעם ביל אפילו זיי זענען נישט הונדערט פראצענט אין איינשטימונג מיט די ארמיי פאליסיס וויאזוי מען פירט די מלחמה

דעמאקראטישע קאנגרעס ספיקער נענסי פעלאוסי האט אויך פאררופן עטליכע זיצונגען אונטער פארמאכטע טירן און געבעטן דעמאקראטישע סענאטארן אז זיי זאלן נישט שטימען אקעגן דער ביל

אין דער ענדע האבן 221 דעמאקראטן געשטימט אין שטיצע פונעם מלחמה פינאנץ ביל און 32 דעמאקראטן האבן געשטימט אקעגן דער ביל

איינער פון די דעמאקראטן וועלכע האבן געשטימט אין שטיצע פונעם ביל, אנטאני ווינער פון ניו יארק, האט געזאגט אז די דעמאקראטן דארפן שטיצן דעם פרעזידענט וויבאלד די געלטער זענען געצילט צו פארענדיגן די מלחמות און די געלטער זענען קריטיש וויכטיג

אלע רעפובליקאנער קאנגרעסלייט האבן געשטימט קעגן דער ביל וויבאלד דאס ווייסע הויז און די דעמאקראטן האבן אריינגעלייגט אין דעם ביל אויך געלטער פאר די אינטערנאציאנאלע מאניטערי פאנד (די רעפובליקאנער ארגומענטירן אז די געלטער קענען עווענטועל אויך אנקומען צו לענדער וועלכע שטיצן טעראריזם און דעריבער איז נישט גוט אז אמעריקע געבט יעצט פרישע געלטער פאר די אינטערנאציאנאלע מאניטערי פאנד) בלויז 5 רעפובליקאנער האבן געשטיצט דעם ביל

עס איז ערווארטעט אז דער סענאט וועט באשטעטיגן דער ביל ענדע די וואך

אייראפעאישע יוניאן אנאנסירט פרישע הילף פאר פאקיסטאן

די אייראפעאישע פאראיין האט היינט מיטוואך געמאלדן פאר פאקיסטאנס פרעזידענט אסיף אלי זארדארי אז זיי וועלן געבן פאר זיין רעגירונג הונדערט מיליאן אמעריקאנער דאלאר אין הומאניטערישע הילף, צו העלפן די שווערע עקאנאמישע מצב אין זיין לאנד און צו קענען בעסער קעמפן מיט טעראריזם

דער מעלדונג איז געקומען דורכן פרעזידענט פון די אייראפעאישע פאראיין קאמיסיע אנהויב פון א ספעציעלן קאנפערענץ וועלכע איז געצילט אויסצוגלייכן די באציאונגען צווישן די פאראיין און פאקיסטאן

די אייראפעאישע פאראיין האט אין די לעצטערע צייט עטליכע מאל שוין אויסגעדריקט שטארקע זארג איבער פאקיסטאנס אומסטאביליטעט פון פארשידענע פראנטן, אנגעהויבן ביי טעראריזם, ארעמקייט און געענדיגט ביים שווערן עקאנאמישן צושטאנד וועלכע הערשט איבער די וועלט און אפעקטירט די ארעמע פאקיסטאן דאס מערסטע

אין אנהויב פונעם קאנפערענץ האבן די פארשטייער פון די לענדער אויסגעלויבט פאקיסטאן און איר פרעזידענט זארדארי פארן העלדיש קעמפן מיט טעראריזם און ארעמקייט, צוליב וואס פאקיסטאן איז שטארק נאכגעלאזט געווארן אין די פארגאנגענע יארן ווען פערוועז מושאראף איז געווען איר פרעזידענט און האט געפירט א דעמאקראטישע דיקטאטורשאפט

די נייע הילפס געלטער איז געצילט צו העלפן בויען פרישע שטעטלעך פאר ארום צוויי מיליאן מענטשן וועלכע האבן נישט וואו צו וואוינען און געפינען זיך אויפן גאס אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט

נארט קארעא ווארנט פריש איבער נוקלעארע אומרחמנותדיגע אטאקעס

די קאמוניסטישע נארט קארעא האט היינט מיטוואך פריש ארויסגעגעבן ווארענונגען אז זי וועט שארף ענטפערן מיט גיפטיגע נוקלעארע אטאקעס אויב וועט מען פראוואקירן מיט איר צוליב אירע נוקלעארע פרואוון וועלכע זי האט לעצטנס דורכגעפירט


דאס איז געקומען בלויז געציילטע שטונדן נאכדעם וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט באראק אבאמא האט געזאגט אז נוקלעארע פראגראמען פון נארט קארעא איז א שרעקעדיגע געפאר פאר די גאנצע וועלט און פאר די פרייהייט פון די מענטשהייט

אין א צייטונג וועלכע ווערט קאנטראלירט דורך די קאמוניסטישע רעגירונג אין נארט קארעא איז היינט מיטוואך געווען באריכטעט אז זי וועט ענטפערן מיט הונדערטער און אפילו טויזנטער מיסיל אטאקעס, אויב וועט סיי וועלכע לאנד אויף דער וועלט פרובירן צו טשעפענען מיט איר זעלבסטשטענדיגקייט און אירע בארעכטיגטע נוקלעארע פראגראמען

די צייטונג האט אטאקירט באראק אבאמא אלס היפאקריט צוליב וואס ער קאמפיינט פאר א וועלט פריי פון נוקלעארע וואפנס און אין די זעלבע צייט שטארקט ער זיינע נוקלעארע פראגראמען אינדערהיים אין אמעריקע

רוסלאנד, וועלכע איז ביים זעלבן גרעניץ מיט נארט קארעא, האט גלייך געענטפערט אויף די סטעיטמענטס אז סיי וועלכע מיסיל עס וועט אריינפליען העכער אירע הימלען וועט ווערן אראפגעשאסן נאך איידער עס קען גרייכן אין ציל

די ווארענונג פון נארט קארעא איז אויך געקומען אין רעזולטאט פון א באריכט אז די פרידליכע סאוט קארעא און יאפאן האבן געזאגט אז די קאמוניסטישע נארט קארעא האט בלויז די מעגליכקייטן ארויסצושיסן צוויי לאנג-שטרעקיגע מיסילס, און וועלנדיג אפלייקענען די באריכטן האט נארט קארעא האט געזאגט אז זי קען שיסן צענדליגער מיסילס און הונדערטער אויך

די לעצטערע ווארענונגען און סטראשונקעס פון נארט קארעא קומט אין רעזולטאט פון דאס וואס דער יו ען האט ארויפגעלייגט פרישע סאנקציעס אויף איר זינט זי האט דורכגעפירט עטליכע נוקלעארע פרואוון

ספעיס שאטל ענדעווער ארויפשיס אפגעשטופט

נאך א לענגערע טאג פון שווערע און מאסיווע צוגרייטונגען, אין וועלכע שטורעמדיגע וועטערס האבן אויפגעהאלטן דאס ארויפשיס פונעם שאטל, איז דאס היינט מיטוואך ווידעראמאל אפגעשטופט געווארן ווען א פריש פארראכטענע היידראדזשין פייפליין האט פריש אנגעהויבן צו רינען און מען איז דערווייל נאכנישט דערגאנגען פון וואו עס רינט און וואו מען דארף דאס פאררעכטן

עס האט געזאלט ארויפגעשאסן ווערן מארגן דנערשטאג אדער פרייטאג, און אצינד וועט דאס ווערן אפגעשטופט ביז אזוי שפעט ווי יולי 11, וויבאלד דעמאלט זאגן די וועטער עקספערטן וועט זיין די קומענדיגע וועטערס וועלכע זענען גוט פאר שאטל ארויפשיסן

אט דער אינצידענט האט שטארק באאומרואיגט די נאסא עקספערטן, אז עס קען זיך מאכן אזעלכע פראבלעמען אומערווארטעט, נאכדערצו אויף א פייפ וועלכע מען האט נארוואס געהאט געענדיגט א פארריכטונגס פראצעדור אויף איר

דער ציל פון די יעצטיגע רייזע מיטן ספעיס שאטל ענדעוואר איז צו צובויען א עקספערימענטאלע וויידל צו א ספעציעלע יאפאנעזע פארשונגס מאשין אינעם ספעיס, און אויך צו לייגן פרישע באטעריען אויף די מאטארן וועלכע העלפן די סאלאר מאשינען לויפן און פארשידענע אנדערע וויכטיגע פארריכטונגען אויפן ספעיס צענטער

Tuesday, June 16, 2009

קאליד שעיך מוכאמעד: איך האב ליגנט געזאגט צוליב פייניגונגען

דער זעלבסט-דערקלערטער סעפטעמבער עלעווען מייסטער פלאנירער, קאליד שעיך מוכאמעד, האט געזאגט פאר מיליטערישע אויטאריטעטן אז ער האט זיך אויפגעטראכט געשיכטעס און דאס איינגערעדט פאר זיינע אויספארשער, זייענדיג אונטערן פסיכאלאגישן איינפלוס פון די שווערע פייניגונגען וואס מען האט אויף אים דורכגעפירט

מיליטערישע דאקומענטן וועלכע זענען פארעפנטליכט געווארן צייגן אז מוכאמעד האט געזאגט אז ער האט געשפירט אזא שטארקע דרוק צו רעדן, ווייל נאר אזוי האט מען אים אויפגעהערט פייניגן, אז ער האט באשלאסן אז ער וועט אויפטראכטן שיינע באצוקערטע געשיכטעס וועלכע וועט כאפן די אויערן פון זיינע אויספארשער, קלערנדיג אז אזוי וועלן זיי אים צורו לאזן

אט דער אויפדעקונג קען פארשטארקערן און אויפהייצן די דעבאטע איבער די פייניגונגען וואס די סי איי עי האט דורכגעפירט אויף אירע ארעסטאנטן דורכאויס די בוש פרעזידענט יארן, וויבאלד דאס צייגט אז די פייניגונגען העלפן נישט, נאר עס מאכט שאדן וויבאלד די געפייניגטע פארציילן פאלשע געשיכטעס און מען נעמט דאס אן אלס פאקטן, וואס דאס איז נישט גוט פאר די אינטערעסן פון אמעריקע'ס זיכערהייט

די דאקומענטן צייגן אז מוכאמעד האט דאס פארציילט פאר די מיליטערישע ריכטער וועלכע האבן אים אויסגעפרעגט אין גואנטאנאמא בעי אין קובא, צו וועלכע ער איז געברענגט געווארן אין יאר 2006, נאכן געהאלטן ווערן פאר דריי יאר זינט ער איז געכאפט געווארן אין יאר 2003 און געהאלטן געווארן אין א געהיימעניספולע סי איי עי טורמע

ערנסטע מעגליכקייטן פאר פולע רעוואלוציע אין איראן. זיבן טויט. אכמעדינעדזשאד פארלאזט איראן

היינט דינסטאג איז שוין דריי פולע טעג זינט די פראטעסטן קעגן די וואלן אויסגאנג אין איראן האבן זיך אנגעהויבן, און אויב האט מען געמיינט אז וואס א טאג עס וועט דורכגיין וועט עס ווערן שטילער און שוואכער, האט מען זיך שטארק טועה געווען

די פראטעסטן און די אלוועלטליכע פארדאמונג איבער די אומ'יושר'דיגע וואלן אין איראן ווערן מער אגרעסיוו און עס הויבט אן שמעקן אז אויב וועלן די פראטעסטן אנגיין פאר נאך עטליכע טעג און די איראנער גרויזאמע פאליציי וועלן דאס נישט באווייזן אפצושטעלן, וועט דאס טראנספערירט ווערן צו א פולשטענדיגע רעוואלוציע אין וועלכע עס וועלן זיין שטארקע מעגליכקייטן אז די איראנער בירגער וועלן אראפווארפן אכמעדינעדזשאד פון מאכט און אויפנעמען א צווייטן אויף זיין פלאץ

אין די יעצטיגע וואכן ווערט גענוי דרייסיג יאר פון ווען עס איז פארגעקומען אין איראן די ערשטע רעוואלוציע, וואס דאן איז דאס געווען אויפן פארקערטן ריכטונג ווי היינט. דעמאלט האבן די אנטי מערב וועלט פראטעסטירער באוויזן אראפצואווארפן פון מאכט די מער-פרא-מערב-וועלט-גענויגטע רעגירונג

אכמעדינעדזשאד האט היינט דינסטאג פארלאזט איראן. טאקע נישט דירעקט צוליב די פראטעסטן, נאר בלויז צו ערשיינען ביי א קאנפערענץ אין רוסלאנד, אבער דאס ווייזט אז עס איז אים נישט געשמאק צו זיין אין לאנד ווען עס קומען פאר מאסיווע פרעצעדענטלאזע פראטעסטן קעגן אים זעלבסט

די פאליציי האבן נעכטן שפעט מאנטאג באקומען אויטאריטעט צו ניצן רעוואלווערס קעגן די פראטעסטירער און עס האט שוין אפגעקאסט זיבן לעבנס פון איראנער פרידליכע פראטעסטירער. איינער איז שוין אומגעקומען נעכטן אינמיטן טאג פון שווערע וואונדן און די איבריגע זעקס זענען דערשאסן געווארן היינט דינסטאג ווען פראטעסטירער האבן פרובירט צו שטורעמען א מיליטערישע געביידע

היינט דינסטאג אינדערפרי גייען ווייטער אן די פראטעסטן און דאקטוירים און פראפעסארן זענען ארויסגעקומען אין זייער דאקטוירישע קליידונג מיטצושרייען מיט די פראטעסטירער קעגן אכמעדינעדזשאדס אקט פון פעלשן די וואלן

די איראנער רעגירונג האט ארויסגעגעבן א מעלדונג אז סיי וועלכע דזשורנאליסט פון אויסלאנד וועלכע וועט באריכטן איבער די פראטעסטן און פאליציי ברוטאליטעטן וועט ארעסטירט ווערן. דערווייל נעמען זיי אוועק צענדליגער לייסענסעס פון דזשורנאליסטן וועלכע האבן באריכטעט די שוידערליכע סצענעס וויאזוי די פאליציי צעשלאגט פראטעסטירער


דערווייל האבן די איראנער אויטאריטעטן מסכים געווען צו אן איבערציילונג פון די וואלן. עס זענען אבער דא גרויסע פארדאכטן אז דאס איז בלויז א אנשטעל און עס וועט גארנישט טוישן

Monday, June 15, 2009

מדינת ישראל ארעסטירט צוויי דזשורנאליסטן צוליב באריכטן אויף עזה אינוואזיע

היינט מאנטאג האט א געריכט אין מדינת ישראל געאורטיילט צוויי מאנאטן טורמע פאר צוויי דזשורנאליסטן וועלכע האבן באריכטעט א טרופן באוועגונג ביי די גרעניצן מיט עזה, אין אנהויב פון דער עזה אינוואזיע מיט עטליכע מאנאטן פריער

די צוויי דזשורנאליסטן, ביידע פאלעסטינער וועלכע וואוינען אין מדינת ישראל, זענען געפינען געווארן שולדיג אויף באריכטן זאכן וואס די מיליטער האט געזוכט צו באהאלטן פונעם פובליק. אין מדינת ישראל איז דא א געזעץ אז רעפארטער וועלכע געפינען זיך ביי די גרעניצן פון עזה און מדינת ישראל, זענען נישט ערלויבט צו באריכטן קיין שום מיליטערישע פונקציעס וועלכע זיי בכאפן אויף פון די מדינת ישראל מיליטער

ווער עס געדענקט, האט מען דעמאלט נישט קלאר געוואוסט צי מדינת ישראל פלאנירט טאקע אריינצושטורעמען אין עזה מיט טאנקען און די באריכטן אז מען זעט טאנקען ביי די גרעניצן זענען געקומען פון אט די צוויי אויבנדערמאנטע דזשורנאליסטן

רעפובליקאנער סענאטאר ריק לוגער און אינדיפענדענט סענאטאר דזשאו ליבערמאן לויבן פרעזידענט אבאמא

סענאטאר דזשאוסעף ליבערמאן האט היינט מאנטאג געזאגט אז פרעזידענט אבאמא האט גאר גוט און שטארק אנגעהויבן זיין פרעזידענטשאפט. ליבערמאן האט ספעציעל אויסגערימט אבאמא'ס רעדע אין עגיפטן אין וועלכע אבאמא האט אפעלירט צו די מוסולמענע וועלט. ער האט אבער אויך געזאגט אז די פארלאנגען פון אבאמא אפצושטעלן דאס בויען די ישובים איז א געפארפולע און מען מוז דאס לאזן ווייטער בויען

ליבערמאן, וועלכער איז דער אינדיפענדענט סענאטאר פון קאנעטיקוט און שטימט מיט די דעמאקראטן ביי יעדע זאך, האט גאר שטארק ארויסגעטרעטן אין שטיצע פון סענאטאר דזשאן מעקעין אין די פארלאפענע וואלן, קעגן דעמאלטסדיגער סענאטאר באראק אבאמא. אצינד זאגט אז אז אבאמא האט אנגענומען גאר גוטע באשלוסן, ספעציעל אינעם פעלד פון אויסערן פאליטיק

א צווייטער מאכטפולער רעפובליקאנער סענאטאר, ריטשארד לוגער, האט אויך היינט מאנטאג שטארק אויסגעלויבט באראק אבאמא איבער זיינע אויסערן פאליטיק שטעלונגען, זאגנדיג אז ער געבט פאר אבאמא אן "עי" צייכן אויפן טעסט פון אויסערן פאליטיק

דריי משכונות דערשאסן אין תימן

אין תימן הערט מען אין די לעצטערע טעג פארשידענע משכונות פארכאפונגען, אין וועלכע אויסלענדישע טוריסטן ווערן פארכאפט דורך טעראריסטישע גרופעס און ווערן געפייניגט, טעראריזירט און אפטמאל דערשאסן צום טויט

היינט מאנטאג זענען דריי טוריסטן אפגעפינען געווארן נישט ביים לעבן, נאכן זיין פארכאפט ביי טעראריסטן א לענגערע צייט

די דריי אומגעקומענע זענען א טייל פון א גרופע פון 9 מענטשן וועלכע זענען פארכאפט געווארן פארגאנגענע וואך אין תימן. זיבן פון די פארכאפטע זענען געווען דייטשע בירגער, אריינגערעכנט א דאקטאר, זיין ווייב און דריי יונגע קינדער. איינער איז געווען פון ענגלאנד און דער ניינטער פון סאוט קארעא

די באריכטן זענען געווען געמישטע. אינדערצייט וואס רויטערס האט באריכטעט אז בלויז דריי זענען אפגעפינען געווארן טויט, האט די אסאשיעטעד פרעס געמאלדן אין נאמען פון א אנאנימער אינערהאלב די תימנער רעגירונג אז אלע ניין משכונות זענען אפגעפינען געווארן טויט

אלנפאלס. עס איז נישט דערווייל באקאנט פארוואס מען האט זיי דערשאסן. די פארכאפער בעטן געווענליך געלט און בלויז אויב מען שטעלט זיי נישט צו דאס געלט, דערשיסן זיי. אבער דא האבן זיי נאך אפילו נישט געהאט געבעטן קיין געלט פון קיינעם, אין אויסטויש פון די פארכאפטע

סאוט קארעא וועט בעטן אמעריקע'ס נוקלעארע שוץ צוליב נארט קארעא'ס מלחמה ווארענונגען

אין די לעצטערע טעג האבן רעגירונגס מידיא פראגראמען אין די קאמוניסטישע נארט קארעא אנגעהויבן ארויסצוגעבן עפנטליכע ווארענונגען איבער די מעגליכקייט אז זי וועט עפענען א נוקלעארע מלחמה, צוליב וואס די מערב וועלט און אייראפע האט אויף איר ארויפגעלייגט סאנקציעס

סאוט קארעא איז גאר שטארק באזארגט איבער די מעגליכקייט פון א נוקלעארע מלחמה, און דעריבער איז איר פרעזידענט לי מייאנג בעק געקומען צו פליען היינט קיין אמעריקע צו רעדן צו פרעזידענט אבאמא אז אמעריקע זאל פאר איר אונטערשרייבן א צוזאג אז זי וועט איר געבן פולע נוקלעארע שוץ אין פאל זי ווערט אנגעגריפן דורך נארט קארעא אין א נוקלעארע אטאקע

אמעריקע געבט שוין נוקלעארע שוץ פאר סאוט קארעא פאר לאנגע יארן, זינט די קארעא מלחמה, און אמעריקע טוט כסדר פארזיכערן די פרידליכע סאוט קארע אז זי וועט איר שוצן, אבער ביז היינט איז דאס נישט געווען אויף אזא שטאפל פון א אונטערגעשריבענעם צעטל פונעם ווייסן הויז און דער פרעזידענט, נאר בלויז אויסגעשטעלט ווי א מיליטערישע אפמאך

אבער אצינד אז די קאמוניסטישע נארט קארעא סטראשעט ערנסט מיט א מלחמה, האפט איר שכן סאוט קארעא ארויסצובאקומען פון אמעריקע א שטאנדהאפטיגע פארזיכערונג דערויף

פראטעסטן אין איראן גייען אן. איין טויט, עטליכע הונדערט פארוואונדעט פון צעיושעטע פאליציי

עס ווערט שוין דריי טאג זינט די שטים בודקעס אין איראן האבן זיך געשלאסן, אבער די ראיאטן האבן זיך נאכנישט אפגעשטעלט, עס ווערט נאר שטארקער פון מינוט צו מינוט

די שטיצער פארן קאנדידאט מוסאווי האלטן אינמיטן א פראטעסט וועלכע גייט שוין אן לאנגע שטונדן. עס זעען זיך אן מענטשן אויף א שטח פון פינף מייל לאנג און די פראטעסטירער זענען שטארק אויפגעהייטערט און שאלן פרידליכע סטעיטמענטס און פייערן פאר זייער קאנדידאט מוסאווי

אזוי שטארק ווי די פראטעסטן גייען אן, נאך פיל שטארקער און אגרעסיוו ווערן די פאליציי וועלכע זענען אנגעזאגט דורך די אכמעדינעדזשאד רעגירונג צו דערשטיקן די פראטעסטן מיט אלע מעגליכקייטן

די ליסטע פון פארוואונדעטע האלט שוין ביי ארום 300 און עס איז שוין אפילו באריכטעט געווארן איין טויטער וועלכער איז אומגעקומען אין שפיטאל פון די שווערע וואונדן וואס די ברוטאלע פאליציי האט דערלאנגט מיט האלצערנע נאגייקעס

אט קענט איר זען א ווידעאו פון א קליינער טייל פון די מוסאווי שטיצער אויף די גאסן פון טעהראן


אבאמא רעדט איבער איראן ראיאטן

דער אמעריקאנער פרעזידענט באראק אבאמא האט היינט מאנטאג ענדליך געבראכן אמעריקע'ס שטילקייט איבער דאס וואס עס שפילט זיך אפ אין איראן. אין א עפנטליכע סטעיטמענט צו די פרעסע האט אבאמא איבערגעגעבן א שטארק באלאנצירטן מעסעדזש, נישט וועלנדיג נעמען קיין שום שטעלונג, וויבאלד מען ווייסט דאך נישט וואס דער אויסקום נאך אלעם וועט זיין

דער פרעזידענט האט געזאגט אז אמעריקע האט זיך נישט וואס אריינצומישן אין דער יעצטיגער קאנפליקט צווישן אכמעדינעדזשאד און די איראנער בירגער, וויבאלד איראן איז א לאנד מיט א אייגענע מאכט און אייגענע געזעצן

ער האט אבער שטארק אויסגעדריקט סימפאטיע מיט די איראנער בירגער. ער האט געזאגט אז בירגער אין א לאנד דארפן האבן די פולע רעכט זיך אויסצודריקן וויאזוי זיי ווילן זייער מיינונג און עס איז נישט גערעכט און אויסגעהאלטן צו צעשטערן מיט כאאס און רציחה פרידליכע פראטעסטירער וועלכע זאגן אז מען האט זיי צוגענומען זייער פרייהייט פון שטימען

ער האט געזאגט אז אפילו אויב דער אויסקום וועט בלייבן אזוי ווי ביז יעצט, וועט ער נישט בלייבן שטיל און אפן פארהאלטן די דארטיגע רעגירונג פאר די וועג וויאזוי מען האט דערשטיקט פרידליכע פראטעסטן

ער האט אויך געזאגט א מעסעדזש פאר די איראנער בירגער און ספעציעלע פאר די איראנער יוגנט, אז אמעריקע האלט מיט זייער בראווקייט און פרידליכע פראטעסטן אויף די טעלעוויזיעס און אמעריקאנער זענען שטארק אינספירירט און איבערגענומען

אט קענט איר הערן דער פולער סטעיטמענט פונעם פרעזידענט


אויפברויז אויף גארדאן בראון איבער פריוואטיזירן איראק מלחמה אויספארשונג

דער פרעמיער מיניסטער פון ענגלאנד, גארדאן בראון, האט היינט מאנטאג געמאלדן אז די לאנג ערווארטעטע אויספארשונג איבער די מלחמה אין איראק, וועט פארקומען פריוואט און מען וועט בלויז פארעפנטליכן די רעזולטאטן דערפון נאך א פולע יאר פון אויספארשונג

דער אויספארשונג קומט אין די צייט ווען אלע בריטישע זעלנער וועלן פארלאזן איראק אין די קומענדיגע וואכן און אויף יולי דאס יאר וועט די בריטישע מיליטער נישט האבן מער קיין איין זעלנער דארטן. בראון האט געזאגט אז דאס איז די ריכטיגע צייט אנצופירן א אויספארשונג צי די פאליסיס וואס מיר האבן געטוישט אין ליכט פון סעפטעמבער עלעווען זענען געווען ריכטיג

בראון האט אבער אויך געזאגט אז דער אויספארשונג וועט ווערן אפגעהאלטן פריוואט און עס וועלן נישט ארויסגעגעבן ווערן פולע דעטאלן יעדע שטיק צייט, בלויז ווען מען וועט פארענדיגן די אויספארשונג

דאס האט גערופן צו שארפע פראטעסטן פון אפאזיציע פארטייען אין ענגלאנד און אויך פון ציווילע בירגער. עלטערן וועמענס קינדער זענען אומגעקומען דינענדיג די בריטישע מיליטער אין איראק האבן אויסגעדריקט אויפברויז אז די מלחמה האט זיי געקאסט א קינד און מען וועט נישט וויסן געהעריג וואס עס האט זיך דארטן אפגעשפילט

זון פון האלאקאוסט מוזעאום שיסער: איך וואלט זיך געווינטשן אז מיין טאטע וואלט געשטארבן יענעם טאג

דער זון פון דזשעימס וואן בראן -דער מענטש וועלכער האט געשאסן א פאליציאנט צום טויט ווען ער האט געשטורעמט דער האלאקאוסט מוזעאום פארגאנגענע וואך- האט היינט מאנטאג געזאגט אז ער קען נישט מוחל זיין פאר זיין טאטע איבער די שיסעריי און ער וואלט זיך געווינטשן אז זיין טאטע וואלט געשטארבן אנשטאט דער זיכערהייטס וועכטער וועמען זיין טאטע האט דערשאסן צום טויט

אין א אינטערוויו אויף די עי בי סי נייעס אגענטור, האט עריק וואן בראן געזאגט אז זיין טאטע האט אין די לעצטערע צייט געוואוינט ביי אים אין הויז, נישט האבנדיג קיין געלט פון וואו צו לעבן. ער האט געזאגט אז ער פלעגט אפט הערן פון זיין טאטע די העסליכע און אנטיסעמיטישע קאמענטארן, ער האט אבער קיינמאל נישט געקלערט אז זיין טאטע איז אזא געפארפולע מענטש און וועט שיסן א צווייטן מענטש צום טויט

די מוטער פון דער דערשאסענער פאליציאנט האט געזאגט אז זי האפט אז מיט די צייט וועט העריק וואן בראן קענען מוחל זיין פאר זיין טאטע און זיך בארואיגן. עריק האט אבער רעאגירט אז עס איז אים זייער שווער צו קלערן אז ער וועט נאך אמאל פארגעבן זיין טאטע איבער די גרוילליכע אקטן

אין אנדערע נייעס, הערט מען פון די עף בי איי באריכטן אז דער שיסער זעלבסט, דזשעימס וואן בראן, איז אין א גוטן צושטאנד און וועט איבערלעבן די קוילן וועלכע זענען געווארן אויסגעשאסן אין זיין ריכטונג דורך די אנדערע וועכטער

די עף בי איי האט אויך געמאלדן אז זי וועט מער אנהויבן לייגן א נאנטן אויג אויף איין-מאן-אפעראציעס אין אנטיסעמיטיזם, זעענדיג אז דאס קען קאסטן לעבנס פון אומשולדיגע

סי איי עי האט באנייט קאנטראקט מיט פייניגונגס עקספערטן וואכן נאך וואס פרעזידענט אבאמא איז אריינגעקומען אין אמט

אינעם זעלבן ארטיקל אינעם "ניו יארקער" מאגאזין אין וועלכע פאנעטא רעדט איבער טשעיניס ווערטער קעגן אבאמא, האט פאנעטא אויך געמאכט א שאקירנדע אויפדעקונג איבער די פייניגונגען וואס די סי איי עי האט דורכגעפירט אויף ארעסטאנטן אין אירע טורמעס

פאנעטא זאגט אז ווען ער איז אריינגעקומען אין אמט האט זיך אים ארויסגעשטעלט דאס פאלגענדע: די סי איי עי האט פארלענגערט דעם קאנטראקט מיט די עקספערטן וועלכע האבן דורכגעפירט פראפעסיאנאל די פייניגונגען, עטליכע וואכן נאכדעם וואס באראק אבאמא איז געווארן איינגעשוואוירן אלס פרעזידענט

אין אפריל, ווען פאנעטא איז אריינגעקומען אין אמט און פרעזידענט אבאמא האט פארארדענט אפצושטעלן די פייניגונגען, האט ער אויפגעזאגט די עקספערטן

עס איז אינטערעסאנט צו זען וויאזוי די בוש אדמיניסטראציע האט קלאר געוואוסט אז אבאמא וועט אפשטעלן די פייניגונגען און אין א פרואוו דאס אנצוהאלטן און שווערער מאכן דאס אפצושטעלן, האבן זיי שנעל פארלענגערט דעם קאנטראקט

סי איי עי: טשעיני וואונטשט זיך אז אמעריקע זאל אטאקירט ווערן

דער סי איי עי דירעקטאר ליאן פאנעטא האט געזאגט אז די שטארקע קריטיק וועלכע קומט פון דער געוועזענער וויצע פרעזידענט דיק טשעיני אין ריכטונג פון די אבאמא אדמיניסטראציע, ווייזט אז טשעיני וואלט זיך ממש געוואונטשן אז אמעריקע זאל נאכאמאל אטאקירט ווערן אז ער זאל זיין גערעכט וואס ער זאגט כסדר אז אבאמא שעדיגט אמעריקעס היימלאנד זיכערהייטס אינטערעסן

אין אן אינטערוויו וועלכע וועט ערשיינען אינעם "ניו יארקער" מאגאזין, האט פאנעטא געזאגט אז טשעיניס ווערטער ביי זיינע לעצטערע אינטערוויוס געבט דעם בליק ווי עס גייט אים נישט אזוי ווייט אין לעבן אז אמעריקע זאל נישט אטאקירט ווערן ווי שטארק עס גייט אים אין לעבן אז זיינע ווערטער זאלן זיך ארויסשטעלן אלס ריכטיג

טשעיני האט טאקע ביי עטליכע פון זיינע פילע אינטערוויוס וואס ער שענקט לעצטענס פאר אמעריקאנער בירגער נאכאנאנד איבערגעזאט אז ער האלט אז אבאמא'ס פאליסיס מאכט אמעריקע ווייניגער זיכער פון טעראריסטישע אטאקעס

פאנעטא האט געזאגט אז טשעיני זאל זיך ווי שנעלער ארויסלאזן פון מאכן אזעלכע סטעיטסמענטס. "דאס איז געפארפולע פאליטיק" האט פאנעטא געזאגט

שאק: כומעיני טוישט פאזיציע איבער אויסגאנג אין איראן

אין שאקירנדע נייעס קומט די מעלדונג פון איראן אז דער העכסטער גייסטליכע פירער אין איראן אאיטאלא כומעיני האט געטוישט פון זיין פריערדיגע פאזיציע. ער האט שוין נעכטן געהאט דערקלערט אז ער נעמט אן אכמעדינעדזשאד אלס דער עטליכער געווינער, אבער היינט מאנטאג אינערפרי, האט ער געזאגט אז ער הערט אז עס זען דא איראנער בירגער וועלכע זאגן אז די וואלן זענען געווען פאלש און געשווינדלט

ער האט געזאגט אז מען וועט עפענען א עפנטליכע אויספארשונג וועלכע וועט אריינקוקן טיפער אין די ארגומענטן פונעם פובליק און זען צי דאס וועט טוישן די וואל רעזולטאטן

דאס איז א שטארקער טויש אין דער דארטיגער סיטואציע און עס ווייזט אז די פראטעסטן טוען עפעס אויף

די איראנער בירגער זעלבסט זענען אבער נישט עפעס אזוי ענטוזיאסטיש איבער כומעיניס מעלדונג. זיי זאגן אז כומעיני וועט אויפנעמען בלויז פרא-אכמעדינעדזשאד מענטשן איבערצוקוקן די וואלן און דאס איז בלויז א שטיקל פון אכמעדינעדזשאד וועלכער וויל דערמיט אז די פראטעסטן זאלן ווערן אפגעשוואכט. אבער עס איז פארט עטוואס גוטע נייעס

***

אין אנדערע נייעס קומען היינט מאנטאג באריכטן פון איראן אז טייל פון די פאליציי קרעפטן וועלכע קעמפן מיט די אנטי אכמעדינעדזשאד פראטעסטן, זענען דערקענט גווארן אלס חיזבאלא קעמפער פון לבנון. עס איז שאקירנדע נייעס. עס איז אבער נאכנישט געווארן באשטעטיגט געהעריג

Sunday, June 14, 2009

ווייטערדיגע באריכטן איבער די וואלן און ראיאטן אין איראן

עס איז אצינד שוין באלד מאנטאג פארטאגס אין איראן, און די ראיאטן און פראטעסטן האבן זיך נאך ווייט פון געענדיגט. די מוסאווי שטיצער זענען אנטשלאסן צו קעמפן אן אויפהער און אויף מאנטאג אינמיטן טאג איז געפלאנט א מאסיווע ראלי אינאיינעם מיט מוסאווי זעלבסט, וועלכער וועט אויפטרעטן מיט א רעדע

היינט זונטאג שפעט נאכמיטאג איז מוסאווי געגאנגען צו אאיטאלא כומעיני צו רעדן צו אים איבער די ראיאטן און די טענות אז די וואלן זענען געווען געפעלשט. כומעיני האט שוין עפנטליך דערקלערט אז ער אקצעפטירט אכמעדינעדזשאד אלס געווינער, און עס איז כמעט נישט מעגליך פאר כומעיני, וועלכער איז דער גייסטליכער פירער אין איראן, אז ער זאל טוישן זיין מיינונג. דאס וועט זיין א שטארקע פארשעמונג פאר אים

דאס ווייסע הויז איז זייער פארזיכטיג און האט נאכנישט ארויסגעגעבן קיין שום עפנטליכע סטעיטמענט איבער די דארטיגע ראיאטן. מען ערווארט צו הערן מארגן מאנטאג א ווארט פונעם ווייסן הויז ווארטזאגער

די אייראפעאישע פאראיין האט שאקירט די פרייע וועלט און געזאגט אז זי וועט עפנטליך אקצעפטירן אכמעדינעדזשאדס זיג. דייטשלאנד האט זיך אבער קעגנגעשטעלט און וויל נאך א לענגערע אויספארשונד איבער די באשולדיגונגען אז מען האט געפעלשט די וואלן. דייטשע אויטאריטעטן האבן פאר לאנגע שטונדן היינט זונטאג אויסגעפרעגט דער איראנער אמבאסאדאר

די באריכטן זאגן אויך אז די ראיאטן האבן זיך שוין צעשפרייט אויך אין אנדערע שטעט, נישט נאר אין טעהראן

ביבי נתניהו אדרעסירט שלום אין מיטל מזרח. רופט פאר גרינדונג פון פאלעסטינער לאנד

מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו האט היינט זונטאג אדרעסירט דער אישו פון שלום מיט די אראבער, און געזאגט אז ער וויל די גרינדונג פון א פאלעסטינער לאנד, אבער פארשטייט זיך מיט פארשידענע תנאים און זאכן וואס ער האט פארלאנגט. די פאלעסטינער אויטאריטעטן האבן תיכף נאך זיין רעדע זיך אנטזאגט פון נאכקומען זיינע פארלאנגען

בלויז איין וואך נאכדעם וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט באראק אבאמא האט אדרעסירט די מוסולמענער גלויביגע איבער די וועלט, האט נתניהו זיך געבראכן פון זיין פריערדיגע שטעלונג און מסכים געווען צו וואס אבאמא האט געזאגט אז די גרינדונג פון די פאלעסטינער לאנד איז די איינציגסטע אויסוועג צו שלום אין מיטל מזרח

נתניהו האט אבער צוגעלייגט אז דער נייער פאלעסטינער לאנד וועט נישט טארן האבן קיינע וואפן און וועט מוזן אנערקענען מדינת ישראל אלס א זעלבסטשטענדיגע מדינה

נתניהו האט אבער צוריקגעוויזן דאס וואס אבאמא האט פארלאנגט אז מען זאל באלד אפשטעלן דאס בויען פון געוויסע שטחים אויפן מערב ברעג. ער האט אויך קלאר געמאכט אז ירושלים וועט מוזן פארבלייבן אונטער די גענצליכע בעלות פון מדינת ישראל, אויב ווילן די פאלעסטינער באקומען זייער אייגן לאנד

פיר אזייגער נאכמיטאג: פרישע אפדעיטס איבער די ראיאטן אין איראן

מאכמוד אכמעדינעדזשאד האלט אצינד אפ א ריזיגן ראלי אין טעהראן, איראנס הויפטשטאט, אין וועלכע עס זענען פארזאמלט הונדערטער טויזנטער פון זיינע שטיצער און מען פייערט און שאלט צו זיין געווינס

לאקאלע און אינטערנאציאנאלע טעלעוויזיע סטאנציעס האבן זיך אפן געוואונדערט איבער די ריזיגע מאסן, צוליב וואס די שוואכסטע שטיצע וואס אכמעדינעדזשאד פארמאגט איז אין טעהראן. נאך א אויספארשונג, איז מען געוואויר געווארן אז נישט נאר האט אכמעדינעדזשאד געפעלשט די וואלן, נאר ער פעלשט אויך זיין יעצטיגע ראלי. מען האט אריינגעברענגט און צוזאמגעקראצט שטיצער פון אלע שטעטלעך ארום און ארום און זיי אריינגעברענגט מיט מאסן טראנספראטאציע קיין טעהראן, אזוי אז דער ראלי זאל האבן א שטיקל פנים. אויך האט מען געהערט באריכטן אז מען האט אנגעטון טויזנטער טרופן פון דער ארמיי אין ציווילע קליידונג, אויך כדי גרעסער צו מאכן דער צוזאמענקונפט

אין אנדערע נייעס, האבן זיך די ראיאטן געשטארקט מער און מער, און מיט יעדע פארבייגייענדע מינוט ווערט דאס נאר שטערקער און היציגער. די שטיצער פון מוסאווי האבן באוויזן אויפצוברעכן די קאודס פון אכמעדינעדזשאדס וועבזייטל און זיי האבן דאס צעשטערט. זיי פרובירן יעצט אויך צו צעשטערן דער וועבזייטל פון אאיטאלא כומעיני

פון די אנדערע זייט, טוט די אכמעדינעדזשאד רעגירונג אלעס וואס זי קען נאר כדי זיכער צו מאכן אז עס גייט נישט ארויס קיין בילדער און ווידעאוס צו די דרויסנדיגע וועלט ווי די פאליציי דערשטיקן די פראטעסטירער און די ראליס. דער ביורא פון די אמעריקאנער עי בי סי נייעס אגענטור איז געשטורעמט געווארן דורך די פאליציי און די פאליציי האבן קאנפיסקירט אלע ווידעראו קאמערעס און מידיא מאשינעריע. די אמעריקאנער דזשורנאליסטן האבן באקומען פריינטליכע ווארענונגען אז אויב ווילן זיי זיין זיכער מיט זייער לעבן, זאלן זיי בעסער זיך אויסבאהאלטן אדער פארלאזן איראן

עטליכע איראנער בירגער האבן זיך אויסגעדריקט אז זיי שפירן יעצט עטוואס ווי עס האט זיך געפירט ביי די איראנער רעוואלוציע מיט 30 יאר צוריק. דאס איז מעגליך א צייכן אז די פראטעסטן וועלן פירן צו א עפנטליכע אויפשטאנד קעגן די אכמעדינעדזשאד רעגירונג

מיט ראמני: אויסגאנג אין איראן באווייז אז אבאמא איז אומגערעכט

מיט ראמני, דער געוועזענער גאווערנאר פון מאסעטשוסעטס, האט מיט עטליכע מינוט צוריק געזאגט אז די וואלן אויסגאנג אין איראן איז א קלארער באווייז פאר די וועלט אז אבאמא'ס רעדע אין עגיפטן האט גארנישט אויפגעטון און אז זיין "איבערבעטונגס רייזע" צו די מיטל מזרח האט גארנישט אויפגעטון

ער האט געזאגט אז די יעצטיגע וואלן אויסגאנג אין איראן זענען פאלש און די איראנער בירגער זענען אוועקגענומען געווארן א רעכט פון פרייהייט, וועלכע איז א באווייז אז אכמעדינעדזשאד איז א דיקטאטור

עס איז אבער מאדנע דער צוזאמשטעל: אויב איז דער אויסגאנג פאלש, מיינט דאס אז די איראנער בירגער ווילן יא נאנטערע באציאונגען מיט אמעריקע, און דעריבער מיינט דאס אז די "איבערבעטונגס טור" - ווי די רעפובליקאנער האבן דאס ליב צו רופן- האט יא געארבעט, טא אויב האט איינער א הסבר אויף ראמני'ס ווערטער, זאל ער ביטע קאמענטירן

כ'גלייב שווער אז מיט אזעלכע 'קלוגע' השערות וועט ראמני קענען זיין דער רעפובליקאנער קאנדידאט אין יאר 2012
...

פרישע אפדעיטס איבער די וואלן און ראיאטן אין איראן

אינדיפענדענט סענאטאר דזשאו ליבערמאן האט מיט עטליכע מינוט צוריק געזאגט אז דער מצב אין איראן איז בלויז נאך א באווייז אז אכמעדינעדזשאד פירט א געהעריגע דיקטאטורישע רעזשים. ער האט געזאגט אז אמעריקאנער דארפן מיטשפירן מיט די איראנער בירגער וועלכע ווערן אצינד צוריקגעוויזן זייער מינימאלע רעכט פון ארויסזאגן זייער מיינונג און שטימען פאר וועמען זיי ווילן

ליבערמאן האט געזאגט אז אמעריקע דארף אנפירן א שטארקע אבער פרידליכע פראטעסט קעגן וואס עס שפילט זיך אפ דארטן. ער האט געזאגט אז ער האפט אז די אבאמא אדמיניסטראציע וועט ארויסקומען עפנטליך קעגן וואס אכמעדינעדזשאד טוט אפ צו די איראנער בירגער

אין אנדערע נייעס קומען פאר גרויסע רעזיגנאציעס אין דער "שאריף אוניווערזיטעט". שאריף אוניווערזיטעט איז די גרעסטע און מערסט פרעסטידזשפולע אוניווערזיטעט אין די מיטל מזרח און די רעזיגנאציעס קומען פאר אין פראטעסט צו אכמעדינעדזשאדס שווינדלערייען און פעלשערייען פון די וואלן

אפדעיטס איבער די וואלן און ראיאטן אין איראן

א ווארטזאגער פאר די אכמעדינעדזשאד רעגירונג האט אפגעוורפן די באריכטן אז אכמעדינעדזשאדס קעגנער מוסאווי ווערט געהאלטן אונטער הויז ארעסט. ער האט געזאגט אז מען האט בלויז פארהאלטן מוסאווי פאר א קורצע וויילע, אים צו ווארענען אז ער זאל נישט צוגעבן ברענשטאף צום פייער און פארגרעסערן די ראיאטן מיט רעדעס און העצע

די אכמעדינעדזשאד רעגירונג האט היינט זונטאג אפגעשפארט די "על אראביע" טעלעוויזיע סטאנציע, אן אנגעבן א אורזאך דערצו. די טעלעוויזיע פירמע האט געמאלדן אויף איר וועבזייטל אז זי וועט זיין פארשלאסן פאר עטליכע טעגכ, צוגעבנדיג אז זיי קענען נישט פאראויסזאגן ווען זיי וועלן צוריק אנהויבן באריכטן נייעס. עס איז פארשטענדליך פארוואס די אכמעדינעדזשאד רעגירונג האט דאס געטון, נישט וועלנדיג אז די ווידעאוס פון די ראיאטן און ווי זיינע פאליציי צעשלאגן פראטעסטירער זאלן ווערן אזוי ברייט צעשפרייט איבער די וועלט

אכמעדינעדזשאדס הויפט קעגנער מוסאווי, וועלכער זאגט אז ער האט געווינען און אכמעדינעדזשאד האט געפעלשט די וואלן, האט היינט זונטאג ארויסגעגעבן א פרידליכן בריוו צום הויפט פון די וואלן באאמטע, בעטנדיג אז מען זאל זיך צוזאמזעצן און זען וויאזוי מען קען איבערציילן די שטימען און צעפרידנשטעלן די אויפגעברויזטע איראנער בירגער וועלכע זאגן אז מען האט געפעלשט די וואלן. ער האט געזאגט אז דאס איז די איינציגסטע אויסוועג וואס די אכמעדינעדזשאד רעגירונג האט אויב זי וויל אפשטעלן די ראיאטן. שטילערהייט האט מוסאווי געזאגט פאר זיינע שטיצער אז זיי זאלן נישט אויפגעבן מיט די פראטעסטן


עס קומען פרישע באריכטן אז דער ציפער פון וויפיל ארעסטן די ברוטאלע פאליציי האט שוין דורכגעפירט האלט נאנט צו צוויי הונדערט

מוסאווי'ס קאמפיין באאמטע זאגן אז עס ווערן געפלאנט אפיציעלע ראליס אין די גאסן פון טעהראן, אין וועלכע מוסאווי וועט פרעזענליך ערשיינען און פראטעסטירן אינאיינעם מיט די מאסן

וויצע פרעזידענט ביידען דריקט אויס צווייפל איבער רעזולטאטן פון איראנער וואלן

היינט זונטאג אינדערפרי האט דער אמעריקאנער וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען געזאגט אז די אבאמא אדמיניסטראציע האט ערנסטע צווייפלען איבער די אויסגעהאלטנקייט און יושר פון די איראנער וואלן און עס איז שטארק מעגליך אז אכמעדינעדזשאד האט טאקע געפעלשט די וואלן נישט וועלנדיג אראפגעווארפן ווערן פון אמט

ער האט אבער צוגעלייגט אז דערווייל האט אמעריקע נישט קיין אנדערע אויסוועג ווי אנצונעמען אז אכמעדינעדזשאד האט געווינען די וואלן, ביז ווילאנג מען וועט נישט איבערציילן און די ריכטיגע רעזולטאטן וועלן זיך ארויסשטעלן

די טענות פון די מוסאווי באזע איז אז אכמעדינעדזשאד איינגעשטעלטע שטיצער האבן גע'פסל'ט טויזנטער שטימען פון מוסאווי שטיצער אזוי ארום אז אכמעדינעדזשאד זאל ארויסקומען דער זיגער

ראיאטן אין איראן גייען אן היינט זונטאג אין פולן קראפט. אט האט איר א פרישן ווידעאו פון די ראיאטן היינט זונטאג

בילדער פון די ראיאטן אין איראן נאכדעם וואס אכמעדינעדזשאד האט זיך דערקלערט געווינער און די מאסן זאגט אז ער האט געפעלשט די וואלן

אכמעדינעדזשאד ביים באגריסן זיינע שטיצער
אכמעדינעדזשאדס הויפט קעגנער מוסאווי ביים אדרעסירן זיינע שטיצער נאך די וואלן

בילד פון אכמעדינעדזשאד אונטערגעצינדן
מיסט קאסטענעס און אנדערע ברוכווארג אונטערגעצינדן
אנטלויפנדיג פון די פאליציי וועלכע שפריצט טרערן גאז
קעמפנדיג מיט די ברוטאלע ראיאטן פאליציי
שווארצע רויעך באדעקט איראנס הויפטשטאט טעהראן פון די פילע פייערן אנגעצינדן דורך מוסאווי'ס אנגעווייטאגטע שטיצער
מוסאווי שטיצער העלפן ארויס א פראטעסטירער וועלכער איז פארוואונדעט געווארן אין די ראיאטן
צעבלוטיגטע פראטעסטירער פון די קלעפ פון די ברוטאלע פאליציי

ביטערע ראיטן אין איראן נאך באשולדיגונגען אז אכמעדינעדזשאד האט געפעלשט זיג

אויב האט מען זיך געראכטן אויף א רואיגן אויסגאנג אין די איראנער וואלן אין וועלכע אכמעדינעדזשאד האט געזאלט
באזיגט ווערן און אמעריקע וואלט פריי אפגעאטעמט, האט מען געמאכט א גרויסן טעות. דער מצב אין איראן איז כאאטיש און צעווילדעוועט ביז גאר

היינט שבת אינדערפרי האט אכמעדינעדזשאד זיך דערקלערט דער איינציגסטער געווינער אין די וואלן און ער מיט זיינע שטיצער האבן געפייערט אויף די גאסן זיין זיג

די הייסע שטיצער פונעם קעגנער מוסאווי, וועמען אמעריקע האט ארויסגעקוקט און געהאפט אז ער וועט זיגן, האבן זיך אבער ארויסגעלאזט אין די גאסן און פראטעסטירט אז די וואלן זענען געווארן שטארק געפעלשט. פילע האבן געהאט געשיכטעס צו פארציילן מיט קלארע באווייזן אז די אכמעדינעדזשאד רעגירונג האט געפעלשט די וואלן. עס האבן זיך אנגעהויבן פארזאמלען מענטשן אויף די גאסן און ראיאטן האבן אויסגעבראכן

בילדונגס זענען געווארן אונטערגעצינדן ביי מאסיווע פראטעסטן נעבן דעם אינערן מיניסטעריום געביידע אין טעהראן און פאליציי האבן געשאסן אין דער לופטן צו אפשרעקן די מאסן פרובירנדיג צו צעשפרייטן די מאסן פון פארמירן טראפיק כאאס אויף די שאסייען אין איראנס הויפטשטאט

אכמעדינעדזשאד האט געזאגט אויף די אלע באשולדיגונגען אז זיי זענען פאלש און ער האט געווינען ווידערערוויילונג ביי וואלן וועלכע זענען געווען געפירט אויפן גענצליכן פרייען שטייגער און אלע איראנער בירגער האבן געהעריג אויסגעדריקט זייער מיינונג

ער האט געזאגט אז די גאנצע ווינט קעגן אים בעפאר די וואלן איז בלויז געווען א זאך וואס איז געקומען מערסטנס פון אינדרויסן פון איראנס גרעניצן דורך די מערב וועלט וועלכע האט אים געוואלט אנשרעקן אז ער וועט פארלירן די וואלן. "דאס איז געווען א פסיכאלאגישע מלחמה וואס אונזערע פיינט האבן געשפילט מיט אונז" האט ער דערקלערט שפעטער שבת פארנאכטס ביי א ראלי פאר זיינע שטיצער

לויט ווי עס ווערט איבערגעגעבן דורך רעפארטער וועלכע געפינען זיך אויף די גאסן אין איראן, הערטש ממש א מצב ווי א אויפשטאנד קעגן אכמעדינעדזשאד. אזעלכע געשרייען ווי "טויט צום דיקטאטור" הערט זיך אין די גאסן און עס זעט נישט אויס ווי די מאסן האלט ביים שלום מאכן מיט דער פאקט אז אכמעדינעדזשאד האט זיך דערקלערט דער געווינער

נאכמער אינטערעסאנט איז אז טראצדעם וואס דער העכסטער אויטאריטעט אין איראן דער איאטאלא כומעיני האט שוין אויך געזאגט אז דאס לאנד זאל זיך פאראייניגן אונטער דער געווינער אכמעדינעדזשאד, איז אבער דער פובליק נישט אזוי שנעל גרייט אים אויסצוהערן דאסמאל

די אבאמא אדמיניסטראציע האט געזאגט אז זי האלט מיט גאר פארזיכטיג די געשעענישן אין איראן און סיי וואס עס וועט נאר נישט זיין דער אויסגאנג, וועט זי נישט טוישן איר שארפע שטעלונג אז איראן טאר נישט באזיצן קיין נוקלעארע וואפן און סיי אז זי וועט וועלן זיך אראפזעצן פאר געשפרעכן

די איראנער רעגירונג האט איינגעשפארט אכמעדינעדזשאדס הויפט קעגנער אין הויז ארעסט, וועלנדיג אים צוריקהאלטן פון אויפטרעטן און נאכמער אויפהעצן זיינע שטיצער

דערווייל ווייסט מען נישט וויאזוי דער זאך וועט זיך אויסלאזן דארטן. מען וועט דארפן ווארטן און זען צי די פראטעסטירער זענען טאקע גענוג אנטשלאסן און וועלן אנהאלטן די פראטעסטן ביז מען וועט עפעס מוזן טון דערצו





Friday, June 12, 2009

ערשטער פרעזידענט בוש: רעפובליקאנער אטאקעס אויף ריכטערן סאטאמאיער זענען נישט גערעכט

דער ערשטער פרעזידענט דזשארדזש עיטש בוש האט היינט אין א אינטערוויו געזאגט אז די אטאקעס מיט וועלכע די רעפובליקאנער אטאקירן אבאמא'ס נאמינירטע ריכטערין סאניא סאטאמאיער, זענען אומגערעכט

בוש האט געזאגט פאר סי ען ען אז סאטאמאיער האט א גלעצנדע רעקארד און זי טאר בשום אופן נישט אריבערגיין שווערערע פארהערן ווי סיי וועלכע אנדערע ריכטער נאמינירטער וואלט אריבערגעגאנגען אינעם סענאט

ער האט זיך באצויגן אויף קאמענטארן וועלכע זענען אין די לעצטערע טעג געקומען אין ריכטונג פון סאטאמאיער דורך אנערקענטע פירער אין די רעפובליקאנער פארטיי ווי ניוט גינגריטש און ראש לימבאו, וועלכע האבן געזאגט אז זי איז א ראסיסט, צוליב קאמענטארן וועלכע זי האט געלאזט פאלן איבער ווייסע מענער
b & h - amazon - ebay

איראן וואלן אפדעיט: סיי אכמעדינעדזשאד און סיי מוסאווי דערקלערן זיג

איראנער בירגער האבן היינט פרייטאג איבערגעפילט די שטים ערטער איבערן גאנצן לאנד, צו באשליסן צווישן דער יעצטיגער פרעזידענט אכמעדינעדזשאד און מוסאווי וועלכער וויל נאנטערע באציאונגען מיט די מערב וועלט און מער פרייהייט פאר איראנער בירגער

מען ווייסט נאכנישט די גענויע ציפערן וויפיל מענטשן עס זענען ארויסגעקומען צו די שטים ערטער, אבער לויט אלע אנדייטונגען האט דאס געבראכן רעקארדס אין איראנס היסטאריע

אפילו בעפאר די שטים ערטער האבן זיך געשלאסן, האבן מיט עטליכע מינוט צוריק ביידע קאנדידאטן דערקלערט זיג און מוסאווי האט צוזאמגערופן דזשורנאליסטן פאר א פרעסע קאנפערענץ, נאכדעם וואס זיין קאמפיין הויפטקווארטיר האט ארויסגעגעבן שטארקע סטעיטמענטס און זיך דערקלערט געווינער

פון די אנדערע זייט האבן אכמעדינעדזשאד שטיצער געפייערט אין די גאסן און פון זיין קאמפיין הויפטקווארטיר איז געקומען א מעלדונג אז זיי האבן געוואונען

אלנפאלס, ווי געשריבן פריער, וועט מען דארפן ווארטן ביז מארגן שבת אינדערפרי צו הערן די ריכטיגע רעזולטאטן
b & h photo - amazon - ebay

יו ען זיכערהייטס קאונסיל באשטעטיגט פרישע סאקנציעס אויף נארט קארעא

דער זיכערהייטס קאונסיל אינעם יונייטעד נעישאנס האט היינט פרייטאג באשטעטיגט פרישע סאנקציעס אויף נארט קארעא, פרובירנדיג איר אפצושטעלן פון פרישע נוקלעארע פרואוון, וועלכע זי האט לעצטנס פראקציטירט

סיגנאליזירנדיג גלאבאלע שטייגנדע אויפרעגעניש איבער קארעא'ס נוקלעארע וואפן, טראץ וואס דער יו ען קאונסיל האט געווארנט קארעא, האבן אפילו קארעא'ס נאנטסטע אליאירטע, רוסלאנד און כינע, זיך פאראייניגט מיט די מערב וועלט מאכטן, וואס דאס האט צוגעברענגט א גענצליך פאראייניגטע שטימע צו באשטעטיגן די פרישע סאנקציעס

דער אמעריקאנער דעפיוטי אמבאסאדאר ראזמערי דעקארלא האט געזאגט אז די פריש-אונטערגעשריבענע רעזאלוציע געבט א שארפע און פאראייניגטע ענטפער אויף נארט קארעא'ס לעצטערע פראוואקירנדע אקטן

דער ציל פון די פרישע סאנקציעס איז אז נארט קארעא זאל שפירן איזאלירט און זאל איינגיין אויף געשפרעכן און דיפלאמאטישע האנדלונגען מיט די מערב וועלט איבער אירע נוקלעארע פראגראמען

די אינהאלט פון די רעזאלוציע איז געצילט צו איינצוימען קארעא פון די מעגליכקייטן צו שאפן געלט און מאטעריאל פאר אירע וואפן געבוי. עס וועט אבער נישט פארבאטן געווענליכע און ציווילע האנדל
b & h photo - amazon - ebay

ראיאטן ברעכן אויס אינמיטן וואלן אין איראן

א הויפט קאמפיין ארגאניזירער פארן מוסאווי, דער הויפט קעגנער פארן יעצטיגן פרעזידענט אכמעדינעדזשאד, האט געזאגט פאר עטליכע מינוט צוריק אז אזויפיל ווי 15 שטיצער פון אכמעדינעדזשאד האבן זיך אריינגעריסן אינעם קאמפיין הויפטקווארטיר פון מוסאווי, וועלכע געפינט זיך אין הויפשטאט טעהראן, שפריצנדיג אויף די ארבעטער אינעם אפיס מיט טרערן גאז

קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן. אבער דאס ווייזט ווי שטארק אנגעצויגן עס זענען די אכמעדינעדזשאד שטיצער איבער די שטארקע מעגליכקייטן אז ער וועט פארלירן צו מוסאווי וועלכער איז פרא-רעפארם און מער ליבעראל געשטימט ווי אכמעדינעדזשאד

אויך ווערט באריכטעט אז די אויטאריטעטן אין איראן האבן בלאקירט עטליכע וועבזייטלעך ווי "פעיסבוק" אויף וועלכע די מוסאווי קאמפיין האט אויפגעטריבן שטיצע פאר איר קאנדידאט

פרישע אנקעטע: רעפובליקאנער פארטיי האט נישט קיין פירער

אין א אנקעטע וועלכע איז פארעפנטליכט געווארן מיט צוויי טאג צוריק, האט זיך ארויסגעשטעלט אז רוב אמעריקאנער בירגער האבן נישט דאס מינדעסטע אנונג ווער עס שטייט אין שפיץ פון די רעפובליקאנער פארטיי

די אנקעטע, אנגעפירט דורך די צייטונג יו עס עי טודעי און גאלאפ אנקעטע פירמע, ווייזט אז אזויפיל ווי 52 פראצענט אמעריקאנער האבן נישט געקענט אויפקומען מיט א געהעריגן ענטפער ווען מען האט זיי געפרעגט ווער עס איז דער הויפט ווארטזאגער און קאפ פון די רעפובליקאנער פארטיי

אויב איז דאס נישט גענוג שפאס געטריבן פון די רעפובליקאנער פארטיי, וועלכע האט נאכנישט באוויזן זיך אויסצוקורירן פון די וואלן אין נאוועמבער ווען זיי האבן געליטן איין פראסק נאכן צווייטן, ווייזט די אנקעטע אז רוב פון די וועלכע זענען יא אויפגעקומען מיט א נאמען פון א פירער אין די רעפובליקאנער פארטיי, איז דאס געווען דער נאמען ראש לימבאו -דער קאנסערוואטיווער ראדיא קאמענטאטאר פאר וועמען יעדער רעפובליקאנער סענאטאר און קאנגרעסמאן דארף אפגעבן אנטשולדיגונגען אויב זיי פאררעדן זיך קעגן אים

אזויפיל ווי 13 פראצענט האבן געגעבן דער נאמען ראש לימבאו אלס דער פירער פון די רעפובליקאנער פארטיי. דיק טשעיני האבן אויך א קליינע פראצענט אמעריקאנער אנגעגעבן אלס דער פירער פון די רעפובליקאנער פארטיי. דערנאך איז געווען דער נאמען פון דזשאן מעקעין, ניוט גינגריטש. דער געוועזענער פרעזידענט דזשארדזש דאבעליו בוש איז אריינגעקומען דער פינפטער: אזויפיל ווי 3 פראצענט אמעריקאנער האבן געזאגט אז ער איז דער פירער פון די רעפובליקאנער פארטיי

...
b & h photo and video

געראנגל איבער ניו יארק סטעיט סענאט גייט אריין אין געריכט

די דראמא וועלכע ציט זיך שוין פאר א וואך צייט איבער ווער עס איז אין קאנטראל פון דער ניו יארק סטעיט סענאט, דעמאקראטן צי רעפובליקאנער, וועט וועט אריינגיין אין געריכט היינט פרייטאג. די ערשטע הירינג וועט ווערן אפגעהאלטן אין דער סטעיט סופרים קאורט אין אלבאני ניו יארק

ווער עס געדענקט, האט זיך אנפאנג וואך אפגעשפילט א אינטערעסאנטע פאליטישע שפיל, ווען דער ניו יארק סטעיט סענאט איז אריבער צו די רעפובליקאנער נאכדעם וואס די דעמאקראטן האבן באוויזן אנצוהאלטן שמאלע קאנטראל זינט די נאוועמבער וואלן. דאס האט פאסירט נאכדעם וואס צוויי דעמאקראטישע סטעיט סענאטארן האבן באשלאסן צו שטימען אינאיינעם מיט די רעפובליקאנער און אזוי ארום איז דער קאנטראל געפאלן צו די רעפובליקאנער

נאכדעם וואס דער סופרים קאורט אין אלבאני וועט אויסהערן ביידע צדדים, וועט דאס געברענגט ווערן פאר א העכערע געריכט פון אפעלאט, אז זיי זאלן איבערקוקן דעם קעיס

אלנפאלס. דערווייל האבן די רעפובליקאנער א שמאלע מאיאריטעט אינעם ניו יארק סטעיט סענאט וועלכע באשטייט פון 62 זיצן

אין איראן קומען היינט פאר וואלן; גרויסע שאנסן אז אכמעדינעדזשאד וועט ווערן אנידערגעשטימט

איראנער בירגער שטראמען היינט פרייטאג אין די מאסן צו די שטים ערטער, אין איינס פון די וויכטיגסטע און מערסט-היציגע פרעזידענטליכע וואלן אין דאס לאנד'ס היסטאריע. אין די וואלן לויפן עטליכע קאנדידאטן. די צוויי הויפט קאנדידאטן זענען דער יעצטיגער פרעזידענט מאכמוד אכמעדינעדזשאד און א פרא-רעפארם קאנדידאט וועלכער איז מער אפן און וויליג צו פארבעסערן באציאונגען מיט וואשינגטאן און די פרייע וועלט

אכמעדינעדזשאד האט אין די לעצטערע טעג בעפאר די וואלן אנגעפירט מאסיווע ראליס, ארויסשלעפנדיג טויזנטער מענטשן וועלכע האבן ענטוזיאסטיש געפייערט און געשאלט פאר אים. פון די אנדערע זייט, זיין הויפט קעגנער, מיר כוסעין מוסאווי, האט דורכגעפירט ראליס אין איראנס הויפשטאט טעהראן, ציענדיג צו זיך די יונגע וויילער און די אלע וועלכע זענען שוין מיד פון די פירערשאפט פון אכמעדינעדזשאד

די וואלן און איר אויסגאנג זענען גאר א וויכטיגן ווענדפונקט פאר איראן, און דער קומענדיגער פרעזידענט וועט דארפן באשליסן איבער דער אמעריקאנער פרעזידענט'ס פארשלאג פאר א פרישן דיפלאמאטישן דיאלאג נאך 30 יאר פון אפגעהאקטע באציאונגען. די אמעריקאנער אדמיניסטראציע און אויך דאס אמעריקאנער פאלק קוקט מיט א נאנט אויג איבער דער אויסגאנג פון די וואלן

א גרעסערע טייל שאצונגען האט געוויזן אז מוסאווי האט שטארקערע שאנסן צו געווינען איבער אכמעדינעדזשאד. אבער היסטאריע אין איראן איז אז קיין שום פרעזידענט אויפן אמט איז נאכנישט געווארן אנידערגעשטימט, נאר דורך שטארבן, טא אויב גלייבט איר אז היסטאריע האט א נאטור זיך איבערצושפילן, קען דאס מזל זיין גוט פאר אכמעדינעדזשאד

ווי מיר שרייבן די יעצטיגע שורות האלט מען שוין דארטן ביים צווייטן העלפט פרייטאג און רוב וויילער האבן שוין אפגעגעבן זייערע שטימען, אבער עקספערטן זאגן אז מען קען נאכנישט וויסן ווער עס וועט געווינען. מארגן שבת אינדערפרי וועלן די עמטליכע ציפערן ווערן פארעפנטליכט

אבאמא געבט אויף האפענונג איבער סוקסעספלע טראנספערירונג פון גואנטאנאמא ארעסטאנטן קיין אמעריקע

אדמיניסטראציע איינגעשטעלטע האבן נעכטן געלאזט ארויסרינען אז פרעזידענט אבאמא האט שוין כמעט גענצליך אויפגעגעבן זיינע האפענונגען אז עס וועט אים געלונגען דורכצופירן א סוקסעספולע טראנספערירונג, אריבערצוברענגען די אלע ארעסטאנטן פון די גואנטאנאמא בעי טורמע קיין אמעריקע

אט דער באשלוס קומט נאכדעם וואס די אבאמא אדמיניסטראציע האט איינגעזען אז עס איז דא א שטארקע אפאזיציע צו די פלענער אין קאנגרעס און אין סענאט, און וועט דעריבער זיין גאר שווער אדורכצושוויצן

די אבאמא אדמיניסטראציע וועט דעריבער מוזן שיקן אלע גואנטאנאמא ארעסטאנטן צו טורמעס אין אייראפעאישע לענדער, אבער דער פאקט אז דער אמעריקאנער קאנגרעס זעלבסט האט זיך קעגנגעשטעלט פרעזידענט אבאמא'ס פארלאנגען איבער זיי אריינברענגען קיין אמעריקע, וועט מאכן פיל מער קאמפליצירט די ארבעט מיט די אייראפעאישע לענדער און די אבאמא אדמיניסטראציע וועט פיל דארפן ארבעטן אז די אייראפעאישע לענדער זאלן וועלן מסכים זיין אנצונעמען ארעסטאנטן

דאס איז א שטארקע זיג פאר די וועלכע האבן פון גלייך אנהייב ארגומענטירט אז עס וועט נישט מעגליך זיין פאר אבאמא אריינצוברענגען די גואנטאנאמא ארעסטאנטן קיין אמעריקע

Thursday, June 11, 2009

סענאט פירט דורך וויכטיגע געזעץ איבער טאבעקאו

אין סענאט איז דאנערשטאג אפגעהאלטן געווארן א גאר וויכטיגע אפשטימונג, ביי וועלכע עס איז באשטעטיגט געווארן אז די רעגירונגס געזונטהייט אגענטורן וועלן האבן געזעצליכע מאכט צו צווינגען טאבעקאו פירמעס צו לייגן ווייניגער פון די שעדליכע ניקאטין דראג אין די ציגארעטלעך, וואס ווי באקאנט טוט אט דער ניקאטין פארשטארקערן דעם רייץ און צוגעבינדנקייט צום שעדליכן ציגארעטל

פרעזידענט אבאמא, וועלכער האט שוין אין די פארגאנגענהייט אסאך גערעדט איבער זיין אייגענע מלחמה איבער אויפהערן רויכערן, איז געווען שטארק ענטוזיאסטיש און גאר שטארק געשטופט אין די פארגאנגענהייט אז עס זאל דורכגעפירט ווערן די איינצוימונג ביל. פרייטאג וועט מען אפשטימען דעם ביל אין קאנגרעס און דערנאך וועט עס באקומען דעם אונטערשריפט פונעם פרעזידענט זעלבסט
עקספערטן זאגן אז אט דער ביל איבער ניקאטין איינצוימונג וועט אויפטון גאר אסאך. נישט נאר וואס עס וועט פארקלענערן דער ציפער פון וויפיל מענטשן עס שטארבן יערליך פון ארייננעמען די שעדליכע ניקאטין וועלכע ליגט אין די ציגארעטן, נאר עס וועט אויך פארשפארן אזויפיל ווי 100 ביליאן דאלער יערליך אין העלט אינשורענס קאסטן
כדי צו פארשטיין די שעדליכקייט פונעם ציגארעטל איז ווערט צו ברענגען די ציפערן. אזויפיל ווי 45 מיליאן אמעריקאנער
ערוואקסענע זענען רויכערער. אזויפיל ווי 400 טויזנט מענטשן שטארבן יערליך פון רויכערן
דער נייער געזעץ וועט נישט נאר געבן אויטאריטעט פאר די פעדעראלע עסן און מעדיצין אגענטור איבער וויפיל ניקאטין און אנדערע שעדליכע דראגס ווערט אריינגעלייגט אין ציגארעטן, נאר אויך וויאזוי ציגארעטן וועלן ווערן אדווערטייזט און פארקויפט אין דער עפנטליכקייט
***

אין א אינטערעסאנטע אויפדעקונג, איז באקאנט געווארן אז דער אפשטימונג איבער ציגארעטן דאנערשטאג אינעם סענאט, איז אריבער גענוי ווי עס גייט געווענליך ביזנעס אין וואשינגטאן
דער אפשטימונג איז אריבער מיט 79 סענאטארן וועלכע האבן געשטימט פארן ביל און 17 סענאטארן וועלכע האבן אנידערגעשטימט דער ביל
א גרויס טייל פון די 17 סענאטארן, האבן געהאט נאנטע פינאנציעלע פארבינדונגען מיט די טאבעקאו פירמעס, וועלכע האבן ביישטייערט צו זייערע פאליטישע קאמפיינס, און נישט וועלנדיג אז די קאמפיין שטיצע פון די טאבעקאו פירמעס זאלן זיך אויפהערן, האבן זיי דעריבער אנידערגעשטימט דעם ביל
סענאט מינאריטעט פירער, רעפובליקאנער מיטש מעקאנעל, האט אין לויף פון זיינע סענאט קאמפיינס באקומען א סך הכל פון פיר הונדערט און צוואנציג טויזנט דאלער פון די טאבעקאו אינדוסטריע. נארט קעראליינע סענאטאר, רעפובליקאנער ריטשארד בור, האט אויך באקומען א סך הכל פון 350 טויזנט דאלער פון די טאבעקאו אינדוסטריע
בלויז נאך א באווייז איבער די קארופטירטע פאליטיק אין וואשינגטאן, וואו מיט געלט קען מען זיך ארומשפילן מיט פאליטשאנס קעפ און עווענטועל וועלן זיי אפילו פרובירן צו בלאקירן לעבנסוויכטיגע געזעצן

פארטיידיקונגס סעקרעטאר ראבערט געיטס צו די רעפובליקאנער: איר שעדיגט אמעריקע'ס זיכערהייט

אין א בריוו וועלכע איז געשיקט געווארן צו די רעפובליקאנער פירער אין קאנגרעס, שרייבט דער פארטיידיקונגס סעקרעטאר ראבערט געיטס אינאיינעם מיט סעקרעטערי אוו סטעיט הילערי קלינטאן אז די רעפובליקאנער אין קאנגרעס שעדיגן די נאציאנאלע זיכערהייט פון אמעריקע

די רעדע איז איבער געלט וואס דאס ווייסע הויז וויל צושטייער געבן פאר די "אינטערנאציאנאלע מאניטערי פאנד" (דאס איז א פאנד אין וועלכע רוב וועלטס לענדער זענען אנגעשלאסן און ווען איינע פון די לענדער איז אין א קריזיס, בארגט מען אים געלט פון אט דעם אינטערנאציאנאלן פאנד) און די רעפובליקאנער אין סענאט און אין קאנגרעס בלאקירן דאס

געיטס זאגט קלאר אינעם בריוו אז דורכדעם וואס אמעריקע וועט געבן געלט פאר די אינטערנאציאנאלע מאניטערי פאנד, וועט מען קענען בעסער און שטארקער קעמפן מיט טעראריזם געפארן איבער די וועלט, און אויב וועט דאס געלט נישט געגעבן ווערן, ווערט אמעריקע אריינגעלייגט אין גרויס געפאר

פון די אנדערע זייט זאגן די רעפובליקאנער אין קאנגרעס אז די אורזאך פארוואס זיי ווילן נישט באשטעטיגן די געלטער איז וויבאלד עס קען נאך אמאל אנקומען אז מען וועט געבן פון די געלט פאר א לאנד וועלכע שטיצט טעראריזם און דעריבער מיינט דאס אויטאמאטיש אז אויב אמעריקע געבט געלט פאר דער אינטערנאציאנאלער פאנד שטיצט זי טעראריזם

אבער וואס דארף מען מער ווי דער פאקט אז ראבערט געיטס, וועלכער איז געווארן אויפגענומען אויף דער פאזיציע פון פארטיידיקונגס סעקרעטאר דורך דער רעפובליקאנער פרעזידענט דזשארדזש בוש, זאגט פאר די רעפובליקאנער אז זיי זענען גאר די וועלכע מאכן גרעסער די טעראריזם געפארן אויף אמעריקע, אינדערצייט וואס רעכטע איבערן לאנד פרובירן אראפצומאלן אז פרעזידענט אבאמא מאכט אמעריקע אויסזען ווי א שוואכלינג מיט זיינע רעדעס וואס ער האט דערלאנגט אין מיטל מזרח

רעפובליקאנער-גענויגטע "פאקס ניוז" פרעגט אויס אמעריקאנער איבער אבאמא'ס רויכערן

נאכדעם וואס מען ענדיגט קריטיקירן פרעזידענט באראק אבאמא איבער העלט קעיר רעפארמען, איבער סטימולוס שפענדערייען, איבער גואנטאנאמא בעי, איבער זיין בירגערשאפט, איבער דזשי עם און די ליסטע גייט אן, האט די רעפובליקאנער-גענויגטע טעלעוויזיע סטאנציע "פאקס ניוז", וועמענס אגענדע איז גענצליך אנטי אבאמא, נישט געטראפן עפעס מיט וואס אנצופילן די ליידיגע שטונדן פאר די צושויער, זענען זיי אויפגעקומען מיט א געניאלן איינפאל: מען וועט דורכפירן א אנקעטע און אויספרעגן אמעריקאנער וואס זיי קלערן איבער אבאמא'ס רויכערן


היינט דאנערשטאג האט "פאקס ניוז" פארעפנטליכט די רעזולטאטן פון אן אנקעטע וועלכע זי האט דורכגעפירט, אין וועלכע זי האט, צווישן אנדערע פראגעס, געפרעגט פון אמעריקאנער צי זיי גלויבן וואס באראק אבאמא זאגט אז ער האט שוין אויפגעהערט רויכערן, צי זיי האלטן אז ער כאפט אריין באהאלטענערהייט א ציגארעטל דא און דארט אינעם ווייסן הויז

די רעזולטאטן זענען געווען שארף צעטיילט לויט פארטיי גרעניצן. רעפובליקאנער האבן קלאר געזאגט אז אבאמא כאפט ווארשיינליך א ציגארעטל שטילערהייט. ווידעראום דעמאקראטן האבן געזאגט אז זיי גלויבן אז דער פרעזידענט האט גענצליך אויפגעהערט זיין שלעכטן געוואוינהייט

עס איז לעכערליך און אמעריקאנער ציפן זיך די האנט צי זען צי זיי זענען נישט פארזינקען אין א טיפן חלום, אז די אנטי אבאמא פאדיום, אונטערן נאמען "פאקס ניוז" האט שוין נישט געהעריג וואס צו האמערן אויף אבאמא און מוז צוקומען צו קאכן א קאשע איבער דער פאקט אז אבאמא פלעגט אמאל רויכערן. ווארשיינליך וועט די קומענדיגע אנקעטע פון פאקס ניוז אנטהאלטן די פאלגענדע פראגע: האלט איר אז די אבאמא פאמיליע נעמט גוט קעיר פון זייער הינטל? אדער טראכט איר אז זיי פארנאכלעסיגן די פאראנטווארטליכקייטן וואס האבן א הינטל אין שטוב ברענגט

ס'נישטא ווער ס'זאל לאכן

נארם קאלמאן וועט דארפן באצאלן פאר פרענקען די געריכטליכע קאסטן

אויב עמיצער געדענקט נאך, איז אין נאוועמבער פארגעקומען וואלן. און ווער עס האט נאך א בעסערן זכרון וועט זיכער געדענקען אז די נאוועמבער וואלן האט זיך נאכנישט עמטליך געענדיגט. אין מינעסאוטע זענען געלאפן דער רעפובליקאנער נארם קאלמאן קעגן דער דעמאקראט על פרענקען, און זיי לויפן נאך אלץ! מינעסאוטע האט נאכנישט קיין סענאטאר
דער געריכט האט שוין באשטעטיגט אז על פרענקען איז דער געווינער, אבער קאלמאן האט אפעלירט דער אורטייל און טעכניש איז פרענקען נאכנישט דערקלערט געווארן דער געווינער פון די מינעסאוטע סענאט פארמעסט

עס איז געגאנגען פאר לאנגע וואכן מיט איין איבערציילונג נאך די צווייטע, אויב איין טאג איז קאלמאן געווען פאראויס מיט 300 שטימען, איז פרענקען געווען פאראויס די נעקסטע טאג מיט 36 שטימען. אזוי איז עס געגאנגען אהין און צוריק. מען האט זיך אנגעהויבן קריגן וועלכע שטימען מען וועט אריינרעכענען אין די איבערציילונגען, טראץ וואס מען האט דאס גע'פסל'ט פון אנהויב

אין דער ענדע האט דער רעפובליקאנער קאנדידאט נארם קאלמאן אריינגעשלעפט דער זאך אין געריכט, וואו עס איז ענדגילטיג געאורטיילט געווארן אז דער דעמאקראט איז גאר דער געווינער מיט 312 שטימען מער פונעם רעפובליקאנער קאלמאן

דער געריכט האט נעכטן מיטוואך געאורטיילט אויך אז קאלמאן דארף באצאלן פאר פרענקען די קאסטן פארן געריכט, וואס דאס באטרעפט אזויפיל ווי 95 טויזנט דאלער מיט רעשט

א טריט נענטער צו טריאומף פאר די דעמאקראטן מיט 60 זיצן אינעם סענאט, נאכדעם וואס ארלען ספעקטאר האט געטוישט פארטיי פארגאנגענעם מאנאט

האלאקאוסט מוזעאום אטאקירער: אידן זענען שולדיג אין אבאמא

פרישע באריכטן איבער דזשעימס וואן בראן, וועלכער האט נעכטן מיטוואך אטאקירט דער האלאקאוסט מוזעאום אין וואשינגטאן די סי, זאגן אז ער איז אין שפיטאל און ער ערהוילט זיך פון זיינע וואונדן

דערווייל האבן די רעגירונגס אויטאריטעטן ארויסגעגעבן א עמטליכע קלאגע קעגן דעם 88 יעריגן אנטיסעמיט, באשולדיגנדיג אים אין ערשטע-גראד מערדער, צוליב וואס ער האט דערשאסן צום טויט דעם זיכערהייטס וועכטער ביים האלאקאוסט מוזעאום

אינעם אפיציעלן אפידעוויט וועלכע איז היינט אריינגעגעבן געווארן אין געריכט, ווערט באריכטעט אז די פאליציי האט געפינען א קליין נאטיץ ביכל אין וואן בראן'ס אויטא. צווישן די נאטיצן וואס ער האט זיך פארשריבן, שטייט אין א קליין פאראגראף: איר ווילט האבן מיינע וואפן??? אט אזוי וועל איך עס געבן פאר אייך! דער האלאקאוסט איז א טאטאלער ליגנט! אבאמא איז געשאפן געווארן דורך די שמוציגע אידן


דאס איז בלויז נאך א באווייז איבער די מאטיוון וועלכע האבן געטריבן דזשעימס וואן בראן ווען ער האט זיך ארויסגעלאזט אויף א שיסעריי אין וועלכע האט וואלט אנגעקומען -לויט זיינע פלענער- צום ווייסן הויז און צום קעפיטאל. ער איז געווען אנגעגעסן מיט אנטיסעמיטיזם און ראסיזם

אט איז א לינק וואו איר קענט ליינען דעם גאנצן אפידעוויט וואס די אויטאריטעטן האבן אריינגעגעבן אין געריכט קעגן דזשעימס וואן ברא
ן
http://www.slideshare.net/LegalDocs/findlaw-holocaust-museum-shooting-suspects-murder-charges?type=document

שאקירנדע אויפדעקונגען איבער שיסעריי נעכטן אין האלאקאוסט מוזעאום


נעכטן מיטוואך האט א שאק באנומען די באזוכער אינעם האלאקאוסט מוזעאום אין וואשינגטאן די סי, ווען זיי האבן געהערט שווערע שיסעריי אויסטוישן ביים הויפט אריינגאנג פונעם מוזעאום. געווען איז דאס א אויסטויש צווישן זיכערהייטס וועכטער און דזשעימס וואן בראן, וועלכער איז אריינגעקומען אינעם מוזעאום און געעפנט פייער אויף די וועכטער

וואן בראן, 88 יאר אלט, האט געהאלטן אין זיין האנט א רעוואלווער וועלכע האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין ענליך צום עלטער ווי ער זעלבסט, ווען ער האט דערשאסן צום טויט וועכטער סטיווען דזשאנס. הערנדיג שיסערייען זענען געקומען צו לויפן אנדערע זיכערהייטס וועכטער, וועלכע האבן באוויזן אראפצושיסן און שווער פארוואונדן וואן בראן

נאך לענגערע אויספארשונגען אין זיין דירה וואו ער האט געוואוינט און אויף זיינע שכנים און זיינע רעקארדס, שטעלט זיך ארויס אז וואן בראן איז געווען א ווייסער אנטיסעמיט און האט געהאט א רעקארד פון אנטיסעמיטישע אקטן

נאנטע צו בראן זאגן אז ער איז געווען אויפגערעגט צוליב וואס ער האט פארלוירן זיינע סאושעל סעקיוריטי בענעפיטן און איז ער דעריבער ארויס פון די כלים און געווען גרייט צו טון דאס וואס ער האט זיך איינגעהאלטן זיין גאנץ לעבן צו טון

אין זיינע לעצטערע אימעילס האט ער געשריבן "עס איז צייט אומצוברענגען אלע אידן". שכנים זאגן אז ער פלעגט אויך זאגן אייביג אז ער האלט אז דער האלאקאוסט איז נישט געווען אזוי געפערליך ווי די אידן פרובירן עס אראפצומאלן

ער האט אויך אנגעפירט א וועבזייטל אויף וועלכע ער האט ארויפלייגט אנטיסעמיטישע ארטיקלען, זאגנדיג אז די אידן מאכן חרוב אמעריקע און די פרייע וועלט

אין זיין אויטא האט מען געפינען א פאפיר מיט א ליסטע אויף וועלכע עס איז געווען אויפגעשריבן דאס ווייסע הויז, דער קעפיטאל געביידע, פאקס ניוז וואשינגטאן הויפטקווארטיר און וואשינגטאן פאוסט צייטונג הויפטקווארטיר. מען גלויבט אז אט די פלעצער האט ער געוואלט אטאקירן, צוליב זיין אויפרעגונג און אנטוישונג איבער זיין סאושעל סעקיוריטי פארלוסט

רעקארדס ווייזן אז אין יאר 1981 איז ער שוין געווען ארעסטירט נאכן אריינשפאצירן אינעם פעדעראל רעזערוו געביידע מיט א רעוואלווער

מענטשן וועלכע זענען געווען אינעם מוזעאום בשעת ער איז אריינגעקומען און געשאסן זאגן אז ער האט געהאט אויפן קאפ א היטל מיט דער סימבאל פון די "קאנפעדערעט" ארמיי (וועלכע האבן אנגעמאכט דעם בירגער קריג אין אמעריקע אין די צייטן פון פרעזידענט לינקאלן) וואס דאס איז בלויז נאך א אנדייטונג איבער דער שרעקעדיגער כאראקטער פון וואן בראן

פאליציי האבן געזאגט אז טראצדעם וואס וואן בראן האט געהאט אנגעגרייט א לענגערע ליסטע פון צילן וועלכע ער האבן געזאלט ווערן אטאקירט, האט ער דאך געארבעט אליינס און איז נישט אין פארבינדונג מיט קיין שום אונטערערד ארגאניזאציע

פרעזידענט אבאמא האט רעאגירט צו די שיסעריי מיט שאק, זאגנדיג אין א געשריבענע סטעיטמענט אז דער שיסעריי דערמאנט אמעריקע אז דער געפאר פון אנטיסעמיטיזם איז גאר גרויס און מען דארף שטיין אויף דער וואך צו פארהיטן א צעשפרייטונג פון אנטיסעמיטיזם און האלאקאוסט פארלייקענונג


אויפן רעכטן זייט פונעם בילד: דער שיסער דזשעימס וואן בראן
אויפן לינקן זייט: די לעכער פון די קוילן אויפן טיר פונעם מוזעאום