Sunday, June 7, 2009

פייער אין מעקסיקאו פרי-סקול פארברענט 38 קינדער ר"ל

צעשראקענע און שאקירטע האבן עלטערן נעכטן געווארט פארנט פונעם ספעציעל-אויפגעשטעלטן קאמאנד צענטער, צו אידענטיפיצירן צי די פארברענטע קינדער זענען זייערע, נאכדעם וואס 38 פיצלעך קינדער אין עלטער פון 2 און 3 יאר זענען ליידער פארברענט געווארן אין א העליש פייער, ווען אלע פרואוון ארויסצוראטעווען די קינדער האט זיך ארויסגעשטעלט האפענונגסלאז
דער מצב איז געווען אזוי כאאטיש, נאכדערצו ווען די עלטערן זענען געוואויר געווארן איבער דער פייער אין זייער קינד'ס פרי-סקול. זיי זענען אלע געקומען צו לויפן צום בנין, פרובירנדיג אריינצולויפן און ארויסכאפן קינדער. איין טאטהעע איז געקומען צו פליען מיט זיין אויטא אין אזא שנעלקייט, אז ער האט אריינגעהאקט אינעם בנין, פארוואונדענדיג אים און זיין פרוי וועלכע איז אויך געזיצן אינעם אויטא
דאס האט פיל מער פארשווערט די ארבעט פון די רעטונגס קרעפטן, וועלכע זענען שוין אזוי אויך געווען איבערגעשטרענגט און געאיילט ארויסצוראטעווען די צענדליגער קינדער פונעם ברענענדיגן בנין, וועלכע האט בלויז פארמאגט איין געהעריגע ארויסגאנג פאר עמורדזשענסי סיטואציעס
דער פרעזידענט פון מעקסיקאו, פילי סעלדעראן, איז נעכטן שבת געגאנגען טרייסטן די עלטערן וועמענס קינדער ליגן אין שפיטעלער און די עלטערן וועלכע זיצן און קלאגן נאכדעם וואס דאס יונג לעבן פון זייערע קינדער איז אזוי ברוטאל אפגעשניטן געווארן

No comments:

Post a Comment