Wednesday, June 10, 2009

אז מ'רעדט שוין פון בילדער, ליינט דאס פאלגנדע

א בילד וועלכע איז פארעפנטליכט געווארן דורך דער ווייסער הויז פאטאגראפירער, האט ארויסגערופן קאנטראווערסיע אין מדינת ישראל

דער פאטאגראפירער פיט סוזע, האט געכאפט א בילד מיט צוויי טאג צוריק אום מאנטאג, ווען דער פרעזידענט איז געווען אויפן טעלעפאון מיט מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו. אויפן בילד זעט מען ווי דער פרעזידענט זיצט אינעם אוועל אפיס מיט ביידע פיס אויפן טיש

דאס האט ארויסגערופן א שטורעם אין מדינת ישראל און די דארטיגע טעלעוויזיע סטאנציעס און צייטונגען האבן פארדאמט אבאמא, צוליב וואס אין די אראבישע וועלט ווערט פאררעכנט ווי א פארשעמונג אויב ווייזט מען פאר איינעם די זויל פון די שיך און דאס ווייזט אז אבאמא האט נישט קיין שום רעספעקט פאר נתניהו אז ער איז געזיצן מיט אזא לייכטזיניגקייט אינמיטן רעדן צו אים

קריטיקירער פון די קריטיק, די וועלכע האבן זיך אנגענומען פארן אמעריקאנעם פרעזידענט, האבן געזאגט אז עס איז אינגאנצן נישט קיין פארשעמונג ביי די אידן צו ווייזן די זויל פון די שיך און די איזראעלי מידיא רעאגירט נאר אזוי שארף צוליב זייער אנטוישונג אין אבאמא'ס צוגאנג צו שלום אין מיטל מזרח, וואס ווי באקאנט פארלאנגט אבאמא מער פון מדינת ישראל ווי ער פארלאנגט פון די אראבער

די צייטונג "הארץ" האט געשריבן איבער דער בילד ווי פאלגענד: דאס ווייסע הויז האט פארעפנטליכט א בילד אין וועלכע מען זעט פרעזידענט אבאמא זיצנדיג מיט די פיס ארויף אינמיטן רעדן צו נתניהו. אויפן בילד איז אבאמא'ס פנים שטארק פארקנייטשט מיט א מינע פון דיקטאט, וואס ווי עס שיינט האט ער דיקטירט נתניהו איבער שלום אין מיטל מזרח. עס שיינט אז ער האט אים געזאגט 'ביבי, נעם א פעדער און שרייב די ווארט פאלעסטינער לאנד טויזנט מאל! יא פאלעסטינער מיט א פ

א קלארער איבערצייגונג אז מען קען מאכן א שטורעם אין א גלעזל וואסער

8 comments:

  1. what does this comment by the end mean?
    Do you have an idea what he is trying to do with Israel? every time they give in and they give back land its a wake up call for the muslim's to attack Israel and they are also giving up thier all econnemy of natural growth in Israel.
    how does the pressident dear to ask this from Israel?

    ReplyDelete
  2. איך זע אז איר האט נישט גוט פארשטאנען. אבאמא האט נישט עכט געפרעגט דאס פון נתניהו. די איזראעלי צייטונגען האבן נאר געשריבן אז עס האט אויסגעזען אויף אבאמא'ס אויפפירונג בשעת'ן רעדן צו נתניהו ווי ער זאגט אים דאס

    ReplyDelete
  3. I didnt take the information from your blog thats this is what Obama asked from Israel I'm taking it from his speech to muslim world last week in Cairo here is his quote on quote "THE UNITED STATES DOES NOT ACCEPT THE LEGITIMACY OF CONTINUED ISRAELI SETTELMENTS."
    what does that mean can you explain

    ReplyDelete
  4. please quote his statements of support to israel too!!!

    ReplyDelete
  5. http://www.nytimes.com/2009/06/04/us/politics/04obama.text.html?pagewanted=4

    ReplyDelete
  6. he didnt speak good on Israel. he just said that the palesteins needs to stop thier vilonce around the world and israel shoul etc.
    here is the speech quote on quote again.
    look up the speech on the NY Times web site page 4 where he starts to talk about the issue i will provide a link

    ReplyDelete
  7. besides all the talk, israel is going with obama like sheep. bibi is going to give a speech and the sources tell that it is going to be an agreement on obama peace proposal

    ReplyDelete
  8. Bibi is the same idiot tough

    ReplyDelete