Sunday, June 7, 2009

הילערי קלינטאן: אבאמא קען "יא" נעמען דעם דריי-אזייגער-פארטאגס טעלעפאון רוף

ווער עס געדענקט און האט מיטגעהאלטן די היציגע פריימערי פארמעסטן צווישן פרעזידענט באראק אבאמא און דאן סענאטאר הילערי קלינטאן, האט זיכער נאכנישט פארגעסן פון דער קאמפיין אדווערטייזמענט וואס די הילערי קאמפיין האט ארויסגעגעבן קעגן באראק אבאמא, זאגנדיג אז ער איז נישט פעאיג און ער האט נישט די ערפארונג צו ענטפערן אויף די עמורדזשענסי טעלעפאון רופן וועלכע קומען אפטמאל אריין אינעם ווייסן הויז
היינט זונטאג, ווען מען האלט שוין אריבער פופצן מאנאטן נאך די היציגע און ביטערע פריימערי שלאכטן צווישן די צוויי און הילערי קלינטאן דינט אלס סעקרעטערי אוו סטעיט אין די אבאמא אדמיניסטראציע, האט זי געזאגט אז זי ציהט גענצליך צוריק פון יענעם סטעיטמענט און דער פרעזידענט איז יא פולקאם גרייט אויפצוהייבן און אנצונעמען עמורדזשענסי סיטואציעס ווי א געלערנטער פירער
דער פרעזידענט איז גאר א שטארקער פירער -האט זי געזאגט היינט פאר די עי בי סי נייעס אגענטור. ער ווייזט ארויס זיינע שטארקע פירערישע קוואליפיקאציעס אין פובליק און איבערהויפט פריוואט ביי זיצונגען מיט די נאציאנאלע זיכערהייטס טיעם

No comments:

Post a Comment