Wednesday, June 10, 2009

אכט און צוואנציג אומגעברענגט אין קאר באמבע אין איראק

באגדאד. - א מאכטפולע קאר באמבע וועלכע איז פארגעקומען נעבן די איראקער שטאט נאסיריע, האט צעשטערט א ריזיגער עסן מארקעט היינט מיטוואך, אומברענגענדיג 28 מענטשן און פארוואונדענדיג 71, דער ציפער קען נאך שטייגן ווען מען וועט ענדיגן אויפרייניגן די ברוכווארג וואס דער אויפרייס האט געברענגט
עס איז די ערשטע אטאקע אין די לעצטע צוויי יאר אין די שטאט נאסיריע, וועלכע איז שטארק באוואוינט מיט שאיאטן סארט מוסולמענער. עס קומען דארטן כסדר פאר רייבערייען און שיסעריי אויסטוישן צווישן די פארשידענע גרופעס שאיאטן, אבער אזא מאכטפולע אויפרייס, וועלכע איז ווארשיינליך אונטערגעשטעלט געווען דורך א טעראר גרופע, איז גאר א זעלטענע זאך אין דער שטאט

די פאליציי אינעם פראווינץ האט געזאגט אז עס שמעקט פון א אטאקע אונטערגעשטעלט דורך א גרופע וועלכע רופט זיך "על קאידא אין מעסאפאטאמיא", א גרופע וועלכע איז סטאנציאנירט אין איראק מיט דרויסנדיגע פארבינדונגען, אבער העכערע רעגירונג איינגעשטעלטע זאגן אז דאס איז ווארשיינליך געווען די על קאידא זעלבסט

No comments:

Post a Comment