Sunday, June 7, 2009

נארט קארעא וועט צוריק ארויפגעלייגט ווערן אויף ליסטע פון טעראר-שטיצנדע לענדער

סעקרעטערי אוו סטעיט הילערי קלינטאן האט היינט זונטאג געזאגט אז די אבאמא אדמיניסטראציע נעמט ערנסט אין באטראכט פלענער צוריק ארויפצולייגן נארט קארעא אויף די ליסטע פון לענדער וועלכע פינאנצירן, שטיצן און פארשפרייטן טעראר
אין אקטאובער 2008 האט די בוש אדמיניסטראציע אראפגענומען נארט קארעא פון די פיינטליכע ליסטע, נאכדעם וואס באריכטן האבן קלאר געוויזן אז זי האט אנגעהויבן צו צעווארפן א פלענט וואו זי האט אויפגעבויעט און אויפגעארבעט נוקלעארע וואפן. אבער אצינד, נאכדעם וואס זי האט אין די לעצטערע טעג דורכגעפירט עטליכע פרואוון אויף לאנג שטרעקיגע מיסילס, קלערט מען ערנסט איבער צי מען זאל זיי נישט צוריקלייגן אויף די ליסטע
אויב וועט זי ארויפגעלייגט ווערן צוריק אויף די ליסטע, מיינט דאס פרישע באגרעניצונגען אין האנדל און פרישע סאנקציעס
קלינטאן האט געזאגט אז די אבאמא אדמיניסטראציע איז קאנפידענט און זיכער אז אמעריקע וועט ארויסקומען פון די לעצטע געשעענישן מיט נארט קארעא גאר שטארק און אפילו מער ארויפגעקוקט און שטארקער ווי פריער

No comments:

Post a Comment