Sunday, June 7, 2009

בריטישער פרעמיער מיניסטער אויף הינערנע פיס

דער פרעמיער מיניסטער פון ענגלאנד, גארדאן בראון, האט איבערגענומען דעם בענקל מיט צוויי יאר צוריק, נאכדעם וואס ענגלאנד איז שוין געווען מיד פונעם פריערדיגן טאני בלעיר. ווען בראון איז אריינגעקומען אין אפיס האט ער גענאסן פון גאר א הויכע צעפרידנהייט ראטע און דער פובליק איז געווען ענטוזיאסטיש איבערן צוקונפט. גאנץ שנעל איז זיין צעפרידנהייט ראטע געשטיגן צו 77 פראצענט
אצינד אבער, בלויז צוויי יאר שפעטער, איז ער אויפן שוועל פון אונטערגאנג, נאכדעם וואס די פארשווערטע עקאנאמיע האט צוגעברענגט צו שטארקע קריטיק אין זיין ריכטונג, אז ער האט נישט גענוג געטון דאס צו לעזן, און דאס איז נאר די קליינגעלט. זיין פארטיי ליידט שווערע פארלוסטן אדאנק זיין אומפאפולאריטעט און ער איז שוין אוועקגעווארפן דורך זיין פארטיי זעלבסט. עטליכע גרויסע אינערהאלב זיין פארלאמענט און קאבינעט האבן רעזיגנירט נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן ערנסטע קאפרוציע מיט רעגירונגס געלטער
פארגאנגענעם פרייטאג האט בראון אויפגעטרעטן פאר די מידיא, זאגנדיג אז ער וועט נישט אויפגעבן זיין בענקל און נישט אוועקשפאצירן פון די פירערשאפט פונעם לאנד וואס ער האט באקומען איר צו פירן סיי אין גרינגע און סיי אין שווערע מצבים
זיין סטעיטמענט איז געקומען נאכדעם וואס עס זענען אויפגעברענגט געווארן אין די ענגלאנדער מידיא ערנסטע געשפרעכן אז ער וועט מעגליך ווערן אראפגעזעצט און די פירערשאפט אין לאנד וועט ווערן איבערגעגעבן פאר א צווייטן
נעכטן שבת האט בראון ערשיינט מיטן אמעריקאנעם פרעזידענט באראק אבאמא אין פראנקרייך ביי די פייערליכע אפצייכענונג פון די 65'סטע יארטאג זינט די "די-דעי" אפעראציעס וועלכע די אמעריקאנער מיליטער האט אנגעפירט און עווענטועל געראטעוועט די פראנצויזישע מיליטער ביים צווייטן וועלט קריג, אין די זעלבע צייט וואס אינדערהיים אין ענגלאנד גייט אן די העפטיגע דעבאטע צי ער וועט קענען אנהאלטן זיין בענקל נאך אפילו פאר בלויז עטליכע טעג

No comments:

Post a Comment