Monday, June 15, 2009

אבאמא רעדט איבער איראן ראיאטן

דער אמעריקאנער פרעזידענט באראק אבאמא האט היינט מאנטאג ענדליך געבראכן אמעריקע'ס שטילקייט איבער דאס וואס עס שפילט זיך אפ אין איראן. אין א עפנטליכע סטעיטמענט צו די פרעסע האט אבאמא איבערגעגעבן א שטארק באלאנצירטן מעסעדזש, נישט וועלנדיג נעמען קיין שום שטעלונג, וויבאלד מען ווייסט דאך נישט וואס דער אויסקום נאך אלעם וועט זיין

דער פרעזידענט האט געזאגט אז אמעריקע האט זיך נישט וואס אריינצומישן אין דער יעצטיגער קאנפליקט צווישן אכמעדינעדזשאד און די איראנער בירגער, וויבאלד איראן איז א לאנד מיט א אייגענע מאכט און אייגענע געזעצן

ער האט אבער שטארק אויסגעדריקט סימפאטיע מיט די איראנער בירגער. ער האט געזאגט אז בירגער אין א לאנד דארפן האבן די פולע רעכט זיך אויסצודריקן וויאזוי זיי ווילן זייער מיינונג און עס איז נישט גערעכט און אויסגעהאלטן צו צעשטערן מיט כאאס און רציחה פרידליכע פראטעסטירער וועלכע זאגן אז מען האט זיי צוגענומען זייער פרייהייט פון שטימען

ער האט געזאגט אז אפילו אויב דער אויסקום וועט בלייבן אזוי ווי ביז יעצט, וועט ער נישט בלייבן שטיל און אפן פארהאלטן די דארטיגע רעגירונג פאר די וועג וויאזוי מען האט דערשטיקט פרידליכע פראטעסטן

ער האט אויך געזאגט א מעסעדזש פאר די איראנער בירגער און ספעציעלע פאר די איראנער יוגנט, אז אמעריקע האלט מיט זייער בראווקייט און פרידליכע פראטעסטן אויף די טעלעוויזיעס און אמעריקאנער זענען שטארק אינספירירט און איבערגענומען

אט קענט איר הערן דער פולער סטעיטמענט פונעם פרעזידענט


2 comments:

  1. Why is the president chickening here ?

    ReplyDelete
  2. ער איז אינגאנצן נישט קיין טשיקן. ער רעדט גאר דיפלאמאטיש און אויסגעהאלטן, כדי צו פארזיכערן אז אמעריקע טוט נישט אנווערן אירע שאנסן סיי וויאזוי די אויסגאנג דארטן וועט זיין

    ReplyDelete