Tuesday, June 16, 2009

ערנסטע מעגליכקייטן פאר פולע רעוואלוציע אין איראן. זיבן טויט. אכמעדינעדזשאד פארלאזט איראן

היינט דינסטאג איז שוין דריי פולע טעג זינט די פראטעסטן קעגן די וואלן אויסגאנג אין איראן האבן זיך אנגעהויבן, און אויב האט מען געמיינט אז וואס א טאג עס וועט דורכגיין וועט עס ווערן שטילער און שוואכער, האט מען זיך שטארק טועה געווען

די פראטעסטן און די אלוועלטליכע פארדאמונג איבער די אומ'יושר'דיגע וואלן אין איראן ווערן מער אגרעסיוו און עס הויבט אן שמעקן אז אויב וועלן די פראטעסטן אנגיין פאר נאך עטליכע טעג און די איראנער גרויזאמע פאליציי וועלן דאס נישט באווייזן אפצושטעלן, וועט דאס טראנספערירט ווערן צו א פולשטענדיגע רעוואלוציע אין וועלכע עס וועלן זיין שטארקע מעגליכקייטן אז די איראנער בירגער וועלן אראפווארפן אכמעדינעדזשאד פון מאכט און אויפנעמען א צווייטן אויף זיין פלאץ

אין די יעצטיגע וואכן ווערט גענוי דרייסיג יאר פון ווען עס איז פארגעקומען אין איראן די ערשטע רעוואלוציע, וואס דאן איז דאס געווען אויפן פארקערטן ריכטונג ווי היינט. דעמאלט האבן די אנטי מערב וועלט פראטעסטירער באוויזן אראפצואווארפן פון מאכט די מער-פרא-מערב-וועלט-גענויגטע רעגירונג

אכמעדינעדזשאד האט היינט דינסטאג פארלאזט איראן. טאקע נישט דירעקט צוליב די פראטעסטן, נאר בלויז צו ערשיינען ביי א קאנפערענץ אין רוסלאנד, אבער דאס ווייזט אז עס איז אים נישט געשמאק צו זיין אין לאנד ווען עס קומען פאר מאסיווע פרעצעדענטלאזע פראטעסטן קעגן אים זעלבסט

די פאליציי האבן נעכטן שפעט מאנטאג באקומען אויטאריטעט צו ניצן רעוואלווערס קעגן די פראטעסטירער און עס האט שוין אפגעקאסט זיבן לעבנס פון איראנער פרידליכע פראטעסטירער. איינער איז שוין אומגעקומען נעכטן אינמיטן טאג פון שווערע וואונדן און די איבריגע זעקס זענען דערשאסן געווארן היינט דינסטאג ווען פראטעסטירער האבן פרובירט צו שטורעמען א מיליטערישע געביידע

היינט דינסטאג אינדערפרי גייען ווייטער אן די פראטעסטן און דאקטוירים און פראפעסארן זענען ארויסגעקומען אין זייער דאקטוירישע קליידונג מיטצושרייען מיט די פראטעסטירער קעגן אכמעדינעדזשאדס אקט פון פעלשן די וואלן

די איראנער רעגירונג האט ארויסגעגעבן א מעלדונג אז סיי וועלכע דזשורנאליסט פון אויסלאנד וועלכע וועט באריכטן איבער די פראטעסטן און פאליציי ברוטאליטעטן וועט ארעסטירט ווערן. דערווייל נעמען זיי אוועק צענדליגער לייסענסעס פון דזשורנאליסטן וועלכע האבן באריכטעט די שוידערליכע סצענעס וויאזוי די פאליציי צעשלאגט פראטעסטירער


דערווייל האבן די איראנער אויטאריטעטן מסכים געווען צו אן איבערציילונג פון די וואלן. עס זענען אבער דא גרויסע פארדאכטן אז דאס איז בלויז א אנשטעל און עס וועט גארנישט טוישן

No comments:

Post a Comment