Sunday, June 7, 2009

רעפובליקאנער וועלן מעגליך אנפירן א פיליבאסטער קעגן סאטאמאיער באשטעטיגונג

וואשינגטאן. - די העכסטע רעפובליקאנער אינעם סענאט האבן פרייטאג געמאלדן אז זיי שליסן נישט אויס די מעגליכקייט פון אנפירן א פיליבאסטער קעגן די באשטעטיגונג פונעם סאניע סאטאמאיער, וועמען אבאמא האט נאמינירט צו ערפילן דעם ליידיגן ריכטער זיץ אויפן סופרים קאורט
ווי באקאנט האט פרעזידענט אבאמא מיט צוויי וואכן צוריק -אין ליכט וואס ריכטער סוטער האט רעזיגנירט פון זיין אמט- אויפגענומען די שפאניש-אפשטאמיגע סאניע סאטאמאיער אלס זיין ערזאץ. זינט דאן האט מען געהערט שארפע קריטיק פון די רעפובליקאנער אז זי איז צו שטארק לינק גענויגט און מען מוז בלאקירן איר באשטעטיגונג אינעם סענאט
די רעפובליקאנער האבן אבער א פאליטישן פראבלעם מיט וועלכע זיי ריזיקירן. סאטאמאיער -אויב ווערט זי באשטעטיגט- וועט זיין די ערשטע שפאנישע אויף אזא הויכע ריכטער אמט, און אויב וועלן די רעפובליקאנער דאס שטערן, וועלן די שפאנישע וויילער זיין אויפגעברויזט און שטימען קעגן יעדן רעפובליקאנעם קאנדידאט אין די קומענדיגע וואלן
דעריבער טאקע האט מען געווארט צו הערן וואס די רעפובליקאנער אינעם סענאט וועלן טון אין אזא פארגלעגנהייט. צי זיי וועלן זיך נישט ברעכן פאר פאליטיק און ליבערשט אנהאלטן זייער רעכטע אידעאלאגיע, אדער וועלן זיי יא אדורכלאזן איר באשטעטיגונג, נישט וועלנדיג שאדן מאכן פאר די פארטיי פאליטיש
אצינד האט דער סענאט מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל געזאגט -אנדערש ווי עטליכע אין די רעפובליקאנער פארטיי- אז ער שליסט נישט אויס די מעגליכקייט פון א געהעריגן פיליבאסטער, צו שטערן די באשטעטיגונג פון סאטאמאיער אינעם סענאט, וועלכע וועט ווארשיינליך פארקומען די וואך

2 comments:

  1. This comment has been removed by the author.

    ReplyDelete
  2. she sounds to have an ego. since she was raised in the bronx and she achieved what she has achieved. she thinks that no one else can do it beside her. thats besides that the current administration in fact is playing a very big role in race and color.
    remeber the phrase Mr. President phrased in the speech Mar. 18 2008 In PA,

    ReplyDelete