Tuesday, June 9, 2009

בלומבערג וויל לויפן פאר דריטן טערמין; ניו יארקער זענען נישט אזוי ענטוזיאסטיש


טראץ וואס ניו יארקער מעיאר מייקל בלומבערג געניסט פון גאנץ שיינע ציפערן איבער זיין דזשאב וואס ער טוט אלס מעיאר, ווייזט אבער א נייע אנקעטע אז זיין לויפן צום דריטן מאל איז נישט אזוי צום הארצן פאר א גרויס טייל ניו יארקער איינוואוינער

ווי באקאנט האט בלומבערג אריינגעגעבן א ביטע צום ניו יארקער לעגיסלאטור אז ער וויל לויפן פאר א דריטן טערמין, און מען האט דאס אים באשטעטיגט דורכן פארלענגערן די "טוירם לימיטס" פארן אמט פון מעיאר

אין אט אזעלכע שווערע צייטן, מיט א עקאנאמיע וועלכע זינקט טיפער אין דער ערד מיט יעדן פארבייגייענדן טאג, זענען מענטשן אנגעווייטאגט אויף די וועלכע זענען יעצט ביים רעדל, און טראץ וואס די פירער זענען נישט ממש שולדיג, געבט מען זיך אבער אויס אויף די וועלכע זיצן מאמענטאל ביים רעדל, און דעריבער -זאגט די נייע אנקעטע- זוכן א גרויסע פראצענט ניו יארקער איינוואוינער א נייעם פנים אינעם מעיארס אפיס

אזויפיל ווי 55 פראצענט אויסגעפרעגטע אין דער אנקעטע זאגן אז עס קומט זיך נישט פאר בלומבערג ווידערערוויילונג, אינדערצייט וואס בלויז פערציג פראצענט זאגט אז עס קומט אים יא און 5 פראצענט האט נישט געענטפערט דערויף
די אנקעטע האט אויך אויסגעפרעגט די מענטשן איבער אלע אישוס אין ניו יארק. אזויפיל ווי 51 פראצענט מענטשן זאגן אז די סיטי גייט אין א שלעכטע דירעקציע, קעגן בלויז פערציג פראצענט וועלכע זאגט אז די סיטי גייט אין א גוטע דירעקציע

3 comments:

  1. That is right, but he will win in any case

    ReplyDelete
  2. I dont think he will every body is sick and tiered of whats going on

    ReplyDelete
  3. אבער ווי געזאגט: מיט די ריזיגע סומעס געלט וואס ער האט, וועט ער עס גאנץ מעגליך יא מאכן

    ReplyDelete