Monday, June 8, 2009

אבאמא זאגט אז סטימולוס וועט ברענגען 600 טויזנט נייע דזשאבס דעם זומער

פרעזידענט אבאמא האט היינט מאנטאג אינדערפרי געזאגט אז לויט זיינע פלענער פון וויפיל מען וועט אויסגעבן דעם קומענדיגן זומער פון די שוין-באשטעטיגטע סטימולוס געלטער, וועט דאס אליינס שאפן פרישע 600 טויזנט דזשאבס פאר אמעריקאנער בירגער
טייל פון די זאכן וואס אבאמא האט אויסגערעכנט צום סך הכל פון 600 טויזנט דזשאבס, זענען שוין אין פולן פראצעס, אריינגערעכנט עטליכע טויזנט נייע בריקן און שאסייען איבער אמעריקע
דערווייל האט מען נאכנישט געזען אז דער סטימולוס זאל צוברענגען דזשאבס. מיט עטליכע טעג צוריק איז ארויסגעקומען דער פרישער באריכט, וועלכע ווייזט אז עס איז שטארק געשטיגן דער ציפער פון וויפיל אמעריקאנער זענען ארבעטסלאז
אבאמא, וועלכער איז נארוואס צוריקגעקומען פון א גרויסע רייזע צו די מיטל מזרח און אייראפע, איז אבער נאך שטארק קאנפידענט ביי זיך אז אין דער ענדע וועט מען זען ווי דער סטימולוס וועט אנהייבן ארבעטן

1 comment:

  1. does any 1 know how many jobs was lost since President Obama came in to office ?
    the truth is shocking its over 2,000.000 9.4%
    this is what the main stream media is telling us but if you look at the real numbers its over 16.00% and here is why
    many people that work part time or make less then what they need to live on what is not spoken about its shocking whats going on
    I dont know if u guys remember when the republicans were in power they were bashing President Bush that there is so many workers are being underpaid now no 1 talks about underpayment employees

    ReplyDelete