Tuesday, June 9, 2009

לוקסוריעזע האטעל אין פאקיסטאן אטאקירט דורך זעלבסטמערדער און באוואפנטע מענער

פעשוואר, פאקיסטאן. - זעלבסטמערדער וועלכע זענען געזיצן אין א טראק, האבן אויסגעפירט א מאסיווע אטאקע ביי א האטעל וועלכע ווערט גאר אפט געניצט דורך אויסלענדישע געסט אין א שטארק-פארנומענע געגנט אין פאקיסטאן
זיי זענען אנגעקומען צום האטעל און ווי נאר זיי האבן ארויסשפאצירט פון זייער טראק, האבן זיי אנגעהויבן שיסן הייס פייער אויף די זיכערהייטס וועכטער ביי די טירן. ווען זיי האבן שוין געהאט אנגעזייעט גענוג פאניק און כאאס, ביי די וועלכע זענען איינגעשטאנען אינעם האטעל, וועלכע האבן זיך דערשראקן הערנדיג הייסע שיסעריי אויסטוישן, האבן די טעראריסטן זיך זעלבסט אויפגעריסן, אומברענגענדיג אמווייניגסטנס 5 מענטשן און פארוואונדענדיג פון און זעכציג

קיין שום טעראריסטישע גרופע האט דערווייל נאכנישט גענומען קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די אטאקע, אבער לויט ווי אנאליזירער זאגן, איז עס גאנץ ווארשיינליך א אקט פון די טאליבאן זעלבסט, וועלכע האט זיך לעצטנס צעווילדעוועט אין פאקיסטאן אלס רעזולטאט פון די אקציעס וואס די פאקיסטאנער מיליטער פירט דורך אויסצוראטן די טאליבאן פונעם סוואט ראיאן, וואו די טאליבאן האט זיך שטארק צעשפרייט אין די לעצטערע יארן

די סצענע ביים האטעל איז געווען שרעקעדיג. די לאקאלע טעלעוויזיע סטאנציעס האבן באריכטעט און געברענגט לעבעדיגע בילדער פונעם האטעל, וועלכע איז כמעט ווי גענצליך צעווארפן געווארן פונעם מאכטפולן אויפרייס

עס איז נאך דערווייל נישט קלאר צי עס זענען געווען אמעריקאנער צווישן די טויטע אדער פארוואונדעטע

No comments:

Post a Comment