Thursday, June 11, 2009

שאקירנדע אויפדעקונגען איבער שיסעריי נעכטן אין האלאקאוסט מוזעאום


נעכטן מיטוואך האט א שאק באנומען די באזוכער אינעם האלאקאוסט מוזעאום אין וואשינגטאן די סי, ווען זיי האבן געהערט שווערע שיסעריי אויסטוישן ביים הויפט אריינגאנג פונעם מוזעאום. געווען איז דאס א אויסטויש צווישן זיכערהייטס וועכטער און דזשעימס וואן בראן, וועלכער איז אריינגעקומען אינעם מוזעאום און געעפנט פייער אויף די וועכטער

וואן בראן, 88 יאר אלט, האט געהאלטן אין זיין האנט א רעוואלווער וועלכע האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין ענליך צום עלטער ווי ער זעלבסט, ווען ער האט דערשאסן צום טויט וועכטער סטיווען דזשאנס. הערנדיג שיסערייען זענען געקומען צו לויפן אנדערע זיכערהייטס וועכטער, וועלכע האבן באוויזן אראפצושיסן און שווער פארוואונדן וואן בראן

נאך לענגערע אויספארשונגען אין זיין דירה וואו ער האט געוואוינט און אויף זיינע שכנים און זיינע רעקארדס, שטעלט זיך ארויס אז וואן בראן איז געווען א ווייסער אנטיסעמיט און האט געהאט א רעקארד פון אנטיסעמיטישע אקטן

נאנטע צו בראן זאגן אז ער איז געווען אויפגערעגט צוליב וואס ער האט פארלוירן זיינע סאושעל סעקיוריטי בענעפיטן און איז ער דעריבער ארויס פון די כלים און געווען גרייט צו טון דאס וואס ער האט זיך איינגעהאלטן זיין גאנץ לעבן צו טון

אין זיינע לעצטערע אימעילס האט ער געשריבן "עס איז צייט אומצוברענגען אלע אידן". שכנים זאגן אז ער פלעגט אויך זאגן אייביג אז ער האלט אז דער האלאקאוסט איז נישט געווען אזוי געפערליך ווי די אידן פרובירן עס אראפצומאלן

ער האט אויך אנגעפירט א וועבזייטל אויף וועלכע ער האט ארויפלייגט אנטיסעמיטישע ארטיקלען, זאגנדיג אז די אידן מאכן חרוב אמעריקע און די פרייע וועלט

אין זיין אויטא האט מען געפינען א פאפיר מיט א ליסטע אויף וועלכע עס איז געווען אויפגעשריבן דאס ווייסע הויז, דער קעפיטאל געביידע, פאקס ניוז וואשינגטאן הויפטקווארטיר און וואשינגטאן פאוסט צייטונג הויפטקווארטיר. מען גלויבט אז אט די פלעצער האט ער געוואלט אטאקירן, צוליב זיין אויפרעגונג און אנטוישונג איבער זיין סאושעל סעקיוריטי פארלוסט

רעקארדס ווייזן אז אין יאר 1981 איז ער שוין געווען ארעסטירט נאכן אריינשפאצירן אינעם פעדעראל רעזערוו געביידע מיט א רעוואלווער

מענטשן וועלכע זענען געווען אינעם מוזעאום בשעת ער איז אריינגעקומען און געשאסן זאגן אז ער האט געהאט אויפן קאפ א היטל מיט דער סימבאל פון די "קאנפעדערעט" ארמיי (וועלכע האבן אנגעמאכט דעם בירגער קריג אין אמעריקע אין די צייטן פון פרעזידענט לינקאלן) וואס דאס איז בלויז נאך א אנדייטונג איבער דער שרעקעדיגער כאראקטער פון וואן בראן

פאליציי האבן געזאגט אז טראצדעם וואס וואן בראן האט געהאט אנגעגרייט א לענגערע ליסטע פון צילן וועלכע ער האבן געזאלט ווערן אטאקירט, האט ער דאך געארבעט אליינס און איז נישט אין פארבינדונג מיט קיין שום אונטערערד ארגאניזאציע

פרעזידענט אבאמא האט רעאגירט צו די שיסעריי מיט שאק, זאגנדיג אין א געשריבענע סטעיטמענט אז דער שיסעריי דערמאנט אמעריקע אז דער געפאר פון אנטיסעמיטיזם איז גאר גרויס און מען דארף שטיין אויף דער וואך צו פארהיטן א צעשפרייטונג פון אנטיסעמיטיזם און האלאקאוסט פארלייקענונג


אויפן רעכטן זייט פונעם בילד: דער שיסער דזשעימס וואן בראן
אויפן לינקן זייט: די לעכער פון די קוילן אויפן טיר פונעם מוזעאום

No comments:

Post a Comment