Friday, June 5, 2009

עף בי איי ארעסטירט סטעיט דעפארטמענט אנגעשטעלטער; באשולדיגט אין 30 יאר שפיאנאזש פאר קובא

די עף בי איי האבן נעכטן דאנערשטאג ארעסטירט א געוועזענער ארבעטער אינערהאלב דער פעדעראלער סטעיט דעפארטמענט אינאיינעם מיט זיין פרוי, אויף ערנסטע באשולדיגונגען אז ער האט העפטיג שפיאנירט פאר קובא, וועלכע לעבט אין גאר אנגעצויגענע טערמינען מיט אמעריקע און פרייהייט אינטערעסן
דער ארעסטירטער, וואלטער קען מייערס, וועלכער וואוינט אין וואשינגטאן די סי, איז היינט פרייטאג ערשינען אין געריכט הויז, וואו מען האט אים אויסגערעכנט די קלאגעס מיט וועלכע ער ווערט אנגעקלאגט. דער יעצטיגער סך הכל -איידער די פארמאלע פראצעס וועט אפגעהאלטן ווערן- איז ארום 40 יאר טורמע
דער געזעץ לויטעט אז פארן געלט-ווייערן-שווינדל קריגט מען א מאקסימום פון 20 יאר. פארן שפיאנירן פאר א פרעמד לאנד קריגט מען א ערך פון 10 יאר און פארן קאנספירירן קעגן דער היימלאנד קריגט מען אויך צען יאר
סעקרעטערי אוו סטעיט הילערי קלינטאן האט קאמענטירט אויף די שאקירנדע נייעס, אז די זיכערהייטס מאסנאמען אינערהאלב דער סטעיט דעפארטמענט וועלן פארשטארקערט ווערן, אויף צו פארזיכערן אז מענטשן מיט בייזע אינטערעסן זאלן נישט קענען קאספירירן קעגן אמעריקעס פרייהייט אינטערעסן

No comments:

Post a Comment