Monday, June 8, 2009

פינף מיליטאנטן אומגעברענגט אינמיטן אטאקע פרואוו אויף מדינת ישראל זעלנער

היינט מאנטאג אינדערפרי זענען 5 פאלעסטינער מיליטאנטן אומגעברענגט געווארן, נאכדעם וואס זיי האבן פרובירט דורכצופירן א בלוטיגע אטאקע קעגן די מדינת ישראל מיליטערישע כוחות
די אטאקע האט געזאלט דורכגעפירט ווערן מיט פערדן, צו וועלכע די מיליטאנטן האבן צוגעטשעפעט אויפרייס מאטעריאל. דער פלאן איז געווען אז זיי וועלן אריינגיין קיין מדינת ישראל דורך דער עזה גרענית ביים נחל עז אריבערגאנג, וואס פון דארטן ליפערט מען אריין געזאלין קיין עזה
די טעראריסטן האבן געעפנט פייער אויף די זעלנער וועלכע זענען געשטאנען דארטן און געהיט ביים גרעניץ, אבער די זעלנער האבן זיך שנעל אריענטירט און אנגעהויבן צוריקצושיסן
כאמאס האט גלייך דערנאך געמאלדן אז די אלע 5 מיליטאנטן זענען אומגעקומען אויפן פלאץ. דערווייל זענען נישטא קיין באריכטן איבער דער מצב מיט די זעלנער

No comments:

Post a Comment