Tuesday, June 9, 2009

סי איי עי בעט זיך ביי געריכט נישט ארויסצוגעבן פאפירן איבער פייניגונגען

דער הויפט דירעקטאר פון די סי איי עי אגענטור, ליאן פאנעטא, האט נעכטן מאנטאג זיך געבעטן ביים געריכט אז זיי זאלן נישט פארעפנטליכן פארן ברייטן פובליק די פאפירן וועלכע באריכטן גענוי די דעטאלן איבער די פייניגונגען וועלכע זענען פארגעקומען אין אמעריקאנער סי איי עי טורמעס אויף ארעסטאנטן אינעם מלחמה קעגן טעראר
פאנעטא'ס בריוו איז געווען אדרעסירט צו עלווער העלערסטין, א פעדעראלע ריכטער אין ניו יארק, אין וועלכע ער פרובירט אראפצומאלן פארן ריכטער די שאדנס וואס דאס וועט אנמאכן אינעם געביט פון נאציאנאלע זיכערהייט, אויב וועלן די פאפירן ווערן ארויסגעגעבן. דער בריוו, וועלכע באשטייט פון פיר און צוואנציג בלעטער, איז געשיקט געווארן צום געריכט, ווען אין די טעג גרייט זיך דער געריכט צו אורטיילן אז די רעגירונג מוז פארעפנטליכן אט די סארט פאפירן
ווי באקאנט האט פרעזידענט אבאמא אויך צוריקגעצויגן פון זיין ערשטע שטעלונג איבער בילדער פון די פייניגונגען אויף סי איי עי ארעסטאנטן, נאכדעם וואס ער האט צוערשט געהאט געזאגט אז ער וועט יא ארויסגעבן פארן פובליק, אבער איינזעענדיג און פארשטייענדיג די געפארן וואס דאס קען ברענגען און ווי שטארק עס קען אויפהעצן די וועלכע זענען שוין אזוי אויך אנגעווייטאגט אויף אמעריקע, האט ער געזאגט אז ער וועט דאס נישט לאזן פארעפנטליכן

No comments:

Post a Comment