Friday, June 12, 2009

ראיאטן ברעכן אויס אינמיטן וואלן אין איראן

א הויפט קאמפיין ארגאניזירער פארן מוסאווי, דער הויפט קעגנער פארן יעצטיגן פרעזידענט אכמעדינעדזשאד, האט געזאגט פאר עטליכע מינוט צוריק אז אזויפיל ווי 15 שטיצער פון אכמעדינעדזשאד האבן זיך אריינגעריסן אינעם קאמפיין הויפטקווארטיר פון מוסאווי, וועלכע געפינט זיך אין הויפשטאט טעהראן, שפריצנדיג אויף די ארבעטער אינעם אפיס מיט טרערן גאז

קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן. אבער דאס ווייזט ווי שטארק אנגעצויגן עס זענען די אכמעדינעדזשאד שטיצער איבער די שטארקע מעגליכקייטן אז ער וועט פארלירן צו מוסאווי וועלכער איז פרא-רעפארם און מער ליבעראל געשטימט ווי אכמעדינעדזשאד

אויך ווערט באריכטעט אז די אויטאריטעטן אין איראן האבן בלאקירט עטליכע וועבזייטלעך ווי "פעיסבוק" אויף וועלכע די מוסאווי קאמפיין האט אויפגעטריבן שטיצע פאר איר קאנדידאט

2 comments:

  1. Has been blocked for a few weeks already.

    ReplyDelete
  2. כהאב עס געשריבן יעצט פאר צוויי סיבות: מיין בלאג איז נאכנישט געווען אפן ווען די נייעס איבער די בלאקירונגען איז געווען באריכטעט. צווייטנס האב איך עס יעצט געשריבן ווייל עס איז אריינגעקומען אין אט די נייעס פון די אומרוען

    ReplyDelete