Monday, June 15, 2009

רעפובליקאנער סענאטאר ריק לוגער און אינדיפענדענט סענאטאר דזשאו ליבערמאן לויבן פרעזידענט אבאמא

סענאטאר דזשאוסעף ליבערמאן האט היינט מאנטאג געזאגט אז פרעזידענט אבאמא האט גאר גוט און שטארק אנגעהויבן זיין פרעזידענטשאפט. ליבערמאן האט ספעציעל אויסגערימט אבאמא'ס רעדע אין עגיפטן אין וועלכע אבאמא האט אפעלירט צו די מוסולמענע וועלט. ער האט אבער אויך געזאגט אז די פארלאנגען פון אבאמא אפצושטעלן דאס בויען די ישובים איז א געפארפולע און מען מוז דאס לאזן ווייטער בויען

ליבערמאן, וועלכער איז דער אינדיפענדענט סענאטאר פון קאנעטיקוט און שטימט מיט די דעמאקראטן ביי יעדע זאך, האט גאר שטארק ארויסגעטרעטן אין שטיצע פון סענאטאר דזשאן מעקעין אין די פארלאפענע וואלן, קעגן דעמאלטסדיגער סענאטאר באראק אבאמא. אצינד זאגט אז אז אבאמא האט אנגענומען גאר גוטע באשלוסן, ספעציעל אינעם פעלד פון אויסערן פאליטיק

א צווייטער מאכטפולער רעפובליקאנער סענאטאר, ריטשארד לוגער, האט אויך היינט מאנטאג שטארק אויסגעלויבט באראק אבאמא איבער זיינע אויסערן פאליטיק שטעלונגען, זאגנדיג אז ער געבט פאר אבאמא אן "עי" צייכן אויפן טעסט פון אויסערן פאליטיק

2 comments:

  1. Why dosnt any one talk about his financial agenda ?

    ReplyDelete
  2. דאס איז א באזונדערע פראגע. אבער די רעפובליקאנער קאמענטאטארן זענען כסדר פארנומען אז זיין נאציאנאלע זיכערהייט אגענדע לייגט אין געפאר אמעריקע, און דא האט מען די צוויי מאכטפולע סענאטארן וועלכע לויבן אים טאקע איבער דער אישו

    צווייטנס: מען רעדט נישט איבער עקאנאמיע אצינד, וויבאלד ער איז נארוואס צוריקגעקומען פון א רייזע קיין מיטל מזרח צו וועלכע ער איז געפארן אויפטון אויפן פעלד פון אויסערן פאליטיק, און אויך וויבאלד יעצט גייט פאר די ראיאטן אין איראן, וואס דאס האט אויך צוטון מיט אויסערן פאליטיק

    ReplyDelete