Sunday, June 7, 2009

נייער פאלם "סמארטפאון" ערשינען; שורות מענטשן ביי די געשעפטן פיל קלענער ווי ביים איי-פאון


ניו יארק. - צענדליגער און הונדערטער שטיצער און ליבהאבער האבן נעכטן שבת געווארט אינדרויסן פונעם בנין פון דער פירמע "פאלם" ערווארטנדיג די ענדגילטיגע ערשיינונג פונעם נייעם טעלעפאון מיטן נאמען "פאלם פרי", וואס די פירמע זאגט דערויף אז עס וועט אונטערהאקן דער "איי-פאון" פון די "עפל" פירמע

די שורות מענטשן וועלכע האבן געווארט אויפן נייעם פאלן טעלעפאון איז געווען פיל קלענער ווי די וועלכע האבן באלאגערט די עפל געשעפטן ווען דער נייער איי-פאון איז ערשינען מיט צוויי יאר פריער, ווען עס איז דאן געווען ברייט באריכטעט אין די נייעס אלס א זעלטענע זאך אז אזויפיל טויזנטער און טויזנטער מענטשן איבער גאנץ אמעריקע זאלן אזוי ארויסקוקן אויף איין פראדוקט

עפל זאגט אומאפיציעל אז זיי שרעקן זיך נישט אז דער נייעם פאלם טעלעפאון וועט איבערשטייגן זייער ביז-יעצטיגער איי-פאון, און די עפל פאנאטיקער האבן שוין אויך עפעס פריש אויף וואס ארויסצוקוקן: די נייע מאדעל איי-פאון וועלכע וועט ערשיינען אין געציילטע וואכן פון יעצט

No comments:

Post a Comment