Tuesday, June 9, 2009

סענאטארן ליבערמאן און גרעהעם סטראשענען איבער ארויסגעבן פייניגונגען בילדער

דער קאמף צווישן די רעגירונגס אינסטאנצן און די מענטשן רעכטן און פרעסע רעכטן גרופעס, איבער פארעפנטליכן די בילדער וואו מען זעט וויאזוי די ארעסטאנטן אין מיליטערישע סי איי עי טורמעס ווערן געפייניגט, האלט אן אין פולן קראפט, און ווערט הייסער פון מינוט צו מינוט

סענאטארן דזשאוסעף ליבערמאן (אינדיפענדענט) און לינדזי גרעהעם (רעפובליקאנער) האבן היינט דינסטאג ביי א ספעציעלע פרעסע קאנפערענץ באזידלט אדוואקאטן וועלכע פרובירן צו צווינגען אז די רעגירונג זאל מוזן ארויסגעבן די בילדער צוליב דער פרייהייט פון אינפארמאציע אקט. זיי האבן געסטראשעט אז זיי וועלן טון אלעס וואס זיי קענען נאר צו פאראליזירן דעם סענאט ביז ווילאנג זייער פארגעשלאגענעם פארבאט-ביל איבער די בילדער וועט באשטעטיגט ווערן

גרעהעם, וועלכער איז א שטארק-פירנדער פיגור ביי די רעפובליקאנער אינעם סענאט, האט געברענט פאר כעס ביי די פרעסע קאנפערענץ און האט געזאגט אז ער וועט ארויסנעמען יעדן וואפן פון זיין ארסענאל, ביז ער וועט זען ווי עס ווערט באשטעטיגט אין סענאט, אז עס איז אומלעגאל ארויסצוגעבן די בילדער

ווי שוין געמאלדן פריער, האט אויך פרעזידענט אבאמא זעלבסט צוריקגעצויגן פון זיין ערשטע שטעלונג און ער זאגט אויך אז די בילדער וועלן נישט ארויסגעגעבן ווערן. אין פאקט האט דאס ווייסע הויז אפילו געהאלפן פאר די צוויי סענאטארן ליבערמאן און גרעהעם צו שרייבן דעם ביל וועלכע זיי האבן פארגעשלאגן אינעם סענאט

No comments:

Post a Comment