Tuesday, June 5, 2012

סאלאר-געטריבענע פליגער אויפן וועג פון שפאניע קיין מאראקא

א נייע-ערפינדענער סאלאר עראפלאן איז אצינד אויפן וועג פון שפאניע און עס איז געסקעדזשולט צו לאנדן אין מאראקא. דאס איז די ערשטע עראפלאן וועלכע ווערט געטריבן בלויז דורך סאלאר צעלן (וואס שעפט קראפט פון די זון) און די סאלאר צעלן טרייבן די עלעקטראנישע מאטארס.

דער עראפלאן איז שוין געפארן אין מאי פון שווייץ קיין שפאניע און די יעצטיגע רייזע איז די צווייטע רייזע אריבער דעם אטלאנטיק. די רייזע איז א פראבע צו א גרעסערע רייזע וועלכע וועט פארקומען אין צוויי יאר ארום, וואס דאן וועט עס פארן ארום די גאנצע וועלט מיט גרויס פאמפע.

אויב וויל מען, קען מען מיטהאלטן יעדע טריט פון די יעצטיגע רייזע אויפן וועבסייט פון די פירמע "סאלאר אימפאלס", וועלכע צייגט גענוי דעם בעטערי סטאטוס און וואו דער עראפלאן געפינט זיך.

ליביע רעגירונג קריגט צוריק קאנטראל אויף טריפאלי לופטפעלד

די ליביע רעגירונג האט היינט דינסטאג אינדערפרי צוריקגעווינען קאנטראל אויף טריפאלי'ס הויפט לופטפעלד, נאכדעם וואס עס איז אטאקירט געווארן דורך א גרופע פון צענדליגער מיליציע קעמפער, וועלכע האבן פארלאנגט פון די רעגירונג אז מען זאל באפרייען זייער ארעסטירטן פירער.

דער אנפאל אויפן לופטפעלד האט זיך אנגעהויבן מאנטאג נאכט, ווען די מיליציע מעמבערס זענען געקומען צו פארן מיט זייערע טרעקלעך און בלאקירט די ראנוועיס און וועגן אינעם לופטפעלד, צווינגענדיג די לופטפעלד באאמטע צו טוישן סקעדזשולס פון פליגערס און וועגן וויאזוי ארויסצופארן.

די מיליטער און פאליציי איז אריינגעברענגט געווארן און ביז עטליכע שטונדן איז דער מצב געווארן אונטער קאנטראל, ווען מען האט באוויזן צו ארעסטירן רוב פון די מיליציע קעמפער און דער לופטפעלד איז צוריק אין ארדענונג.

פוטין קומט אן קיין כינע פאר געשפרעכן איבער אויסערן פאליטיק און ענערגיע

דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין איז הייטיגן דינסטאג אינדערפרי אנגעקומען קיין כינע, וואו ער וועט אפהאלטן געשפרעכן אין לויף פון עטליכע טעג, מיט די רעגירונג אויטאריטעטן אין כינע'ס הויפטשטאט בעיזשינג. די געשפרעכן וועלן זיך באציען אמערסטנס איבער אויסערן פאליטיק און ענערגיע פאליסיס. די צוויי לענדער וועלן אויך אויסשמועסן האנדלס אפמאכן צווישן זיך.

ביים אנקומען אין בעיזשינג האבן כינע און סיריע ווידעראמאל ארויסגעברענגט שטארק זייער קעגנערשאפט צו דרויסנדיגע מיליטערישע שריט אין סיריע'ס קאנפליקט, זאגנדיג אז די וועלט זאל זיך פאראייניגן צו שטיצן דעם שלום פלאן פון קאפי אנאן.

כינע און רוסלאנד זענען די צוויי לענדער וועלכע האבן שוין עטליכע מאל בלאקירט אפשטימונגען אינעם יו ען סעקיוריטי קאונסיל צו אפיציעל קריטיקירן באשאר אסאד.

סיריע ווארפט ארויס מערב וועלט אמבאסאדארן


אין א פרישע פארזוך צו באשולדיגן די דרויסנדיגע וועלט איבער די אומרוען אין זיין לאנד, האט דער פרעזידענט פון סיריע, באשאר אסאד, דערקלערט דינסטאג אינדערפרי אז אלע מערב וועלט דיפלאמאטן זענען אפיציעל ארויסגעווארפן פון לאנד, וויבאלד זיי "העצן אן די קעגנערשאפט און פירן אן די אומרוען אין לאנד"- לויט אן אפיציעלע סטעיטמענט פון די אסאד רעזשים.

אסאד'ס מעלדונג קומט א וואך נאכדעם וואס די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט ארויסגעווארפן סיריע'ס דיפלאמאטן פון וואשינגטאן, אלס דירעקטע ענטפער צו די ברוטאלע שחיטה אין האולא וועלכע האט אומגעברענגט נאענט צו 150 מענטשן פארגאנגענע וואך.

אסאד'ס באשלוס ארויסצעווארפן די מערב וועלט אמבאסאדארן וועט אבער נישט האבן קיין גרויסע אפעקט, וויבאלד פילע לענדער האבן שוין סייווי אהיימגערופן זייערע אמבאסאדארן עטליכע מאנאטן צוריק. אמעריקע האט אהיימגערופן איר אמבאסאדאר ראבערט פארד שוין פארלאפענעם אקטאבער, זייענדיג באזארגט פאר זיין זיכערהייט.

אמעריקאנער דראון אטאקע "ציהלט" הויכראנגיקער על קאידא פיגור

פאקיסטאנער אויטאריטעטן האבן היינט דינסטאג אינדערפרי געזאגט אז אן אמעריקאנער דראון מיסיל האט געציהלט און באטראפן דאס הויז פון אבו יאהיא על-ליבי, וועלכער איז דער נומער צוויי קאמאנדיר פון על קאידא אין פאקיסטאן. אמעריקאנער אויטאריטעטן האבן באשטעטיגט דעם באריכט.

די מיסיל אטאקע, וועלכע איז באשטאנען פון צוויי מיסילס, האט אומגעברענגט 15 מענטשן, אבער עס איז דערווייל נישט באקאנט צי דער על-ליבי זעלבסט איז אויך געשטארבן פונעם מיסיל אטאקע.

אויב איז דער על-ליבי טאקע אומגעברענגט געווארן פון דער מיסיל אטאקע, וועט דאס באטראכט ווערן ווי א פרישע שטארקע פראסק פאר על קאידא, פארלירנדיג איינס פון אירע פארבליבענע הויכראנגיקע פיגורן. פאקיסטאן האט אגב געזאגט אז זי האט פאררופן א בליץ זיצונג מיט אמעריקאנער דיפלאמאטן, זיי צו פארהאלטן איבער די אנגייענדע סי איי עי מיסיל אטאקעס אויף זייער באדן.