Sunday, June 14, 2009

וויצע פרעזידענט ביידען דריקט אויס צווייפל איבער רעזולטאטן פון איראנער וואלן

היינט זונטאג אינדערפרי האט דער אמעריקאנער וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען געזאגט אז די אבאמא אדמיניסטראציע האט ערנסטע צווייפלען איבער די אויסגעהאלטנקייט און יושר פון די איראנער וואלן און עס איז שטארק מעגליך אז אכמעדינעדזשאד האט טאקע געפעלשט די וואלן נישט וועלנדיג אראפגעווארפן ווערן פון אמט

ער האט אבער צוגעלייגט אז דערווייל האט אמעריקע נישט קיין אנדערע אויסוועג ווי אנצונעמען אז אכמעדינעדזשאד האט געווינען די וואלן, ביז ווילאנג מען וועט נישט איבערציילן און די ריכטיגע רעזולטאטן וועלן זיך ארויסשטעלן

די טענות פון די מוסאווי באזע איז אז אכמעדינעדזשאד איינגעשטעלטע שטיצער האבן גע'פסל'ט טויזנטער שטימען פון מוסאווי שטיצער אזוי ארום אז אכמעדינעדזשאד זאל ארויסקומען דער זיגער

2 comments:

  1. I think President should make another speech maybe it will help

    ReplyDelete
  2. אוי אוי אוי!!! איר זענט גאר בייסיג. כ'מיין אז איר זאלט בעסער זיך צוקוקן וויאזוי די איראנער פאלק וויל נישט אכמעדינעדזשאד און וויל ענדערש דער קאנדידאט וועלכער וואלט גרינגער שלום געמאכט מיט אמעריקע, וועסטו זען אז אבאמא'ס רעדע האט יא אויפגעטון

    ReplyDelete