Sunday, June 7, 2009

טויטע קערפער פון "עיר-פרענס" געקראכטן פליגער געפונען געווארן; פרישע אינפארמאציע איבערן קראך קומט אפיר

נעכטן שבת האבן די ספעציעלע זוך-קרעפטן אפגעפונען צוויי טויטע קערפער, אויפן זעלבן ארט וואו די פארשער גלויבן אז דער עיר-פרענס פליגער -וועלכער איז פארשוואנדן געווארן פארגאנגענע וואך העכערן אקעאן- האט אראפגעקראכט
אינאיינעם מיט די צוויי טויטע קערפער, האט מען אויך געפינען א טאשקע וועלכע האט אנטהאלטן אין זיך א טיקעט פאר א רייזע מיט אן עיר-פרענס פליגער, וואס דאס איז א קלארע אנדייטונג אז די קערפער זענען פון די וועלכע האבן זיך געפינען אויף דער פליגער וועלכע האט אראפגעקראכט
אט דער פאקט אז מען האט געטראפן קערפער, פארלייכטערט עטוואס פאר די זוכער אפצוזוכן די איבריגע באווייזן דורך וועלכע מען וועט קענען קלארער וויסן פארוואס דער פליגער האט געקראכט. די פארשער וועלן פון יעצט בלויז זוכן אין די עטליכע הונדערט פיס נעבן וואו מען האט געטראפן די צוויי קערפער, ווייל ווארשיינליך וועט דארטן זיך אויך געפינען דער "שווארצער קעסטל" וועלכע רעקארדירט אלע שמועסן צווישן די פילאטן און וועט געבן א קלארער בילד איבער וואס עס האט פאראורזאכט אז די רייזע האט אפגעקאסט די לעבנס פון 228 לעבעדיגע מענטשן
די בראזיליער עיר פארס האט אין א מעלדונג נעכטן געמאלדן די נייעס, צולייגנדיג אז וויכטיגער פון אפגעפינען די אורזאכן פארן קראך איז באקוועם צו מאכן די קרובים און פריינט פון די וועלכע זענען אומגעקומען אויפן פליגער. "עס איז טאקע ווייטאגליכע נייעס אז מען הויבט אן צו געפינען טויטע קערפער, אבער עס ברענגט די פאמיליעס צו א געוויסע רואיגקייט"- האט דער מעלדונג געלויטעט
אין אנדערע נייעס זענען פארשער אויפגעקומען אז עס איז מעגליך אז א שוואכער "שנעלקייט דערשפירונג" סענסאר האט צוגעברענגט צום דעם אז דער עראפלאן האט פארלוירן קאנטראל איבער זייער ספיד אין דעם ווינטיגן ראיאן העכערן אטלאנטיק
די פארשער האבן באזירט זייערע ווערטער נאכדעם וואס עס איז געווען אין די נייעס מיט א שטיק צייט צוריק אז "עירבאס" עראפלאן פירמע האט געמאלדן אז טייל פון אירע עראפלאנען פארמאגן א שוואכער "שנעלקייט דערשפירונג" סענסאר וועלכע איז אויסגעשטעלט אפצופרירן און אויפהערן ארבעטן אין אייזיגע וועטערס. דאס האט אויטאמאטיש געברענגט קריטיק אין ריכטונג פון עירבאס, וועלכע האט געבויעט אט דער עראפלאן וועלכע האט אראפגעקראכט
אבער נעכטן שבת האט עירבאס געשריבן אויף זייער וועבזייטל אז דאס וואס זיי האבן געמאלדן מיט א שטיק צייט צוריק איבער זייער שוואכע סענסאר, איז בלויז געווען אין באריר צום נייעם גיגאנטישן "עירבאס 380" אבער אלע אנדערע פליגער פון זייער פירמע האבן פארמאגט א געהעריג-שטארקן סענסאר סיסטעם
פארשער האבן אויך געזאגט אז די פילאטן אויפן פליגער האבן 24 מאל געשיקט אלערטן צום לופט קאנטראלירער אויף דער ערד. עס איז נאכנישט קלאר וואס זיי האבן געזאגט דערמיט און גענוי די אינהאלט פון די אלערטן. מען וועט דארפן ווארטן אויפן שווארצן קעסטל צו הערן דעטאלן און גענוי ארויסהאבן וואס עס האט צוגעפירט צום קראך

No comments:

Post a Comment