Thursday, June 18, 2009

איראנער בירגער באנייען די פראטעסטן

היינט דאנערשטאג האבן זיך די פראטעסטן אין איראן באנייט, ווען הונדערטער טויזנטער האבן פריש אנגעפילט די גאסן און פראטעסטירט קעגן אכמעדינעדזשאד, צוליב וואס ער האט ארויסגעשווינדלט א זיג אין די פארלאפענע וואלן

די נייע פראטעסטן זענען פאררופן געווארן ווי א "קלאג ראלי" צו באוויינען די וועלכע זענען אומגעברענגט געווארן דורך די ברוטאלע פאליציי צוליב וואס זיי האבן געקעמפט פאר פרייהייט. די באריכטן צייגן אז אזויפיל ווי 37 מענטשן זענען שוין אומגעקומען פון וואונדן און הונדערטער אנדערע זענען פארוואונדעט

דער הויפט קעגנער פון אכמעדינעדזשאד, דער רעפארמיסט מיר כוסעין מוסאווי, איז פערזענליך ערשינען אין פובליק ביי די ראלי, און די מאסן האבן געשאלט און געפייערט פאר אים. די גאסן אין טעהראן זענען איבערגעפילט. אזויפיל ווי א מיליאן מענטשן נעמען אנטייל ביי די באנייטע ראלי

מוסאווי האט אויך אויפגעטרעטן מיט א רעדע ביי די ראלי, זאגנדיג אז ער איז געלאפן צו פארבעסערן איראנס באציאונגען מיט די אינטערנאציאנאלע געמיינדע און ארויסצושלעפן איראן פון די קארופציע, טעראר שטיצע, און עקאנאמישע דורכפעלער

No comments:

Post a Comment