Monday, June 8, 2009

נארט קארעא פארשיקט צוויי אמעריקאנער זשורנאליסטן אין טורמע פאר צוועלעף יאר

אין א פרישע אקט פון פראוואקאציע קעגן די מערב וועלט און אמעריקע ספעציפיש, האט נארט קארעא נעכטן זונטאג געאורטיילט גאר שארף קעגן צוויי אמעריקאנער זשורנאליסטן און דער געריכט האט זיי צוגעטיילט צוועלעף יאר אין ארבעט-טורמעס, נאכדעם וואס זיי זענען אנגעבליך ארייגעקומען אין לאנד אומלעגאל
די צוויי זשורנאליסטן, ביידע פון זיי פרויען, זענען אנגעקומען קיין נארט קארעא מיט עטליכע וואכן פריער און די נארט קארעא רעגירונג האט זיך פארלייגט און גע'טענה'ט אז זיי זענען אריינגעקומען אין לאנד דורכן וואסער און זיך אריינגעשמוגלט, אויסמיידנדיג די געהעריגע גרעניץ פראצעדורן, וואס דאס איז א אנדייטונג אז זיי זענען נישט געקומען קיין קארעא פאר בלויזע זשורנאליזם, נאר מעגליך צו שפיאנירן
נעכטן ביי א אינטערוויו האט די אמעריקאנע סעקרעטערי אוו סטעיט הילערי קלינטאן געזאגט אז די קלאגעס און באשולדיגונגען קעגן די צוויי פרויען-זשורנאליסטן זענען גרונטלאז און איז בלויז א פרישע פראוואקאציע פון דאס פיינטליך לענדל וועלכע זוכט יעדע געלעגנהייט ארויסצונעמען אמעריקע פון די גלייזן
די צוויי פרויען וועלן נישט האבן א שאנס צו אפעלירן דעם אורטייל וויבאלד דאס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך די העכסטע געריכטליכע אויטאריטעט אין נארט קארעא

No comments:

Post a Comment