Friday, June 5, 2009

היימלאנד זיכערהייט נאמינירטער אנטזאגט זיך נאך אויפדעקונגען איבער פארבינדונג צו סי איי עי פייניגונגען

פרעזידענט אבאמא'ס אויסוואל אנצופירן דער שפיאנאזש אפטיילונג אינערהאלב דער היימלאנד-זיכערהייט אגענטור, פיליפ מאדד, האט היינטיגן פרייטאג זיך אנטזאגט פון אנצונעמען דער פאזיציע, נאכדעם וואס עס זענען ארויפגעשווימען פראגן איבער זיין פארבינדונג מיט די קאנטראווערסאלע פייניגונגען וואס די סי איי עי האט אנגעפירט אויף טעראריסטן-ארעסטאנטן אין לויף פון די בוש-יארן
פיליפ איז געווען געסקעדזשועלט אויפצוטרעטן פארן סענאט קומענדיגן וואך פאר א ספעציעלן פארהער צו באשטעטיגן זיין נאמינאציע
ער האט אנגערופן צום ווייסן הויז היינט פרייטאג, מעלדנדיג אז ער אנטזאגט זיך פון דער פאזיציע, ווייל ער ווייסט ווי שטארק עס גייט אין לעבן פאר די אבאמא אדמיניסטראציע די סי איי עי פייניגונגען און ער וויל נישט זיין א שטער פאר די אדמיניסטראציע און אירע פאליסיס
פיליפ, וועלכער האט געדינט אלס א ראטגעבער פאר די סי איי עי אין לויף פון די יארן וואס דזשארדזש בוש איז געווען פרעזידענט, האט געזאגט אז ער ווייסט אז דער פאזיציע וואס מען האט אים געוואלט צוטיילן, וואלט פארלאנגט גענצליכע קאאפעראציע פונעם קאנגרעס, וועלכע ווערט אצינד געפירט דורך די דעמאקראטן. "איך זוך נישט אנצומאכן איבריגע קאפוויי"- האט ער געזאגט

No comments:

Post a Comment