Sunday, June 14, 2009

מיט ראמני: אויסגאנג אין איראן באווייז אז אבאמא איז אומגערעכט

מיט ראמני, דער געוועזענער גאווערנאר פון מאסעטשוסעטס, האט מיט עטליכע מינוט צוריק געזאגט אז די וואלן אויסגאנג אין איראן איז א קלארער באווייז פאר די וועלט אז אבאמא'ס רעדע אין עגיפטן האט גארנישט אויפגעטון און אז זיין "איבערבעטונגס רייזע" צו די מיטל מזרח האט גארנישט אויפגעטון

ער האט געזאגט אז די יעצטיגע וואלן אויסגאנג אין איראן זענען פאלש און די איראנער בירגער זענען אוועקגענומען געווארן א רעכט פון פרייהייט, וועלכע איז א באווייז אז אכמעדינעדזשאד איז א דיקטאטור

עס איז אבער מאדנע דער צוזאמשטעל: אויב איז דער אויסגאנג פאלש, מיינט דאס אז די איראנער בירגער ווילן יא נאנטערע באציאונגען מיט אמעריקע, און דעריבער מיינט דאס אז די "איבערבעטונגס טור" - ווי די רעפובליקאנער האבן דאס ליב צו רופן- האט יא געארבעט, טא אויב האט איינער א הסבר אויף ראמני'ס ווערטער, זאל ער ביטע קאמענטירן

כ'גלייב שווער אז מיט אזעלכע 'קלוגע' השערות וועט ראמני קענען זיין דער רעפובליקאנער קאנדידאט אין יאר 2012
...

3 comments:

  1. I dont understand whats so bad with what Ramy had said.
    according to what President Obama wanted to do talk to Islam world that liberty is important and it should be exersised around the world here u see a dictation in Iran as what wasnt the last 30 Yrs.
    Romny is claiming that thse tactiks does not work does any body think it does ?

    ReplyDelete
  2. און לבנון האט דער קורץ קעפיגער אינגאנצן נישט דערמאנט, ווי לבנון האט אפגעהאלטן א זיג נאר א דאנק אבאמא'ס מעסעדזש צו די מוסלמענער אין קאירא..

    ReplyDelete
  3. ווי עס געלונגט איז עס אבאמא'ס קרעדיט, ווי עס פאלט דורך האט עס אינגאנצן נישט מיט אים, אויף אידיש רופט מען דאס, היפאקריטיזים!

    ReplyDelete