Wednesday, June 10, 2009

יו ען גרייט צו רעזאלוציע איבער פרישע סאנקציעס אויף נארט קארעא

אינעם זיכערהייטס קאונסיל אין דער יו ען האט מען שוין באשלאסן און איינגעגאנגען אויף דער צעטל מיט וועלכע מען וועט דערקלערן פרישע סאנקציעס אויף נארט קארעא. לויט ווי מען הערט פון דיפלאמאטן וועט א זיצונג פארקומען אין עמורדזשענסי צושטאנד מעגליך נאך היינט מיטוואך

די פרישע סאנקציעס קומט אלס ענטפער צו די פרישע פראוואקאציעס וואס נארט קארעא איז באגאנגען קעגן די פרייע וועלט מיטן אויספרובירן פרישע נוקלעארע מיסילס
ביז היינט מיטוואך זענען געווען שטילע רייבערייען אינערהאלב די יו ען צי מען זאל ארויפלייגן פרישע סאנקציעס אויף נארט קארעא צוליב אירע נוקלעארע פרואוון. אמעריקע און יאפאן האבן ארגומענטירט אז מען קען דאס נישט פארשווייגן און מען מוז איינציען די פאסיקעס אויף איר. ווידעראום כינע און רוסלאנד -וועלכע זענען אויך מעמבערס אין דער יו ען זיכערהייטס קאונסיל- האבן געזאגט אז פרישע סאנקציעס וועט בלויז אויפרעגן נארט קארעא און איר ענטפער אויף סאנקציעס קען קומען אין פארעם פון נוקלעארע פראוואקאציעס
און כינע און רוסלאנד זענען נישט ווייט פון גערעכט. אין פאקט האט נארט קארעא נעכטן דינסטאג געסטראשעט אז זי וועט ענטפערן מיט א נוקלעארן ענטפער אויב וועט מען פראוואקירן מיט איר

No comments:

Post a Comment