Sunday, June 7, 2009

אפדעיט: הילערי קלינטאן זאגט אז זי האט צוערשט נישט אנגענומען אבאמא'ס קאבינעט פארשלאג

הילערי קלינטאן האט אינעם פריער-דערמאנטן אינטערוויו געזאגט אז זי האט צוערשט נישט געוואלט אננעמען דאס וואס אבאמא האט איר פארגעשלאגן אז זי זאל דינען אלס סעקרעטערי אוו סטעיט. "ווען איך האב געהערט מיין נאמען אין די פרעסע און שפעטער ווען אבאמא האט מיר אנגערופן, האב איך אים געזאגט אז איך בין נישט דער מענטש פאר דער דזשאב. איך האב אים געזאגט אז איך וויל צוריק מיין נארמאלע לעבנסשטייגער און איך וויל טון גוטע זאכן פאר די מענטשן פון ניו יארק" -האט הילערי געזאגט
אין א בוך וועלכע איז ערשינען איבער די פרעזידענטליכע פריימעריס אין די לעצטערע טעג, שרייבט דער שרייבער וואס ער האט געהערט פון אבאמא איבער אט דער נושא. דער שרייבער שרייבט דארטן אז אבאמא האט שוין אינמיטן פון די פריימעריס געהאט באשלאסן צו נעמען הילערי פאר דער פאזיציע. אבאמא האט דאן געוואוסט אז זי וועט נישט אזוי גערן נעמען דעם דזשאב, און די הויפט סיבות פארוואס זי האט טאקע נישט געוואלט נעמען דעם דזשאב איז געווען ווייל זי האט צוערשט געוואלט אפצאלן אירע קאמפיין חובות. זי האט אבער שפעטער באשלאסן אז דאס איז איר בעסטע אפציע צו בלייבן ביים פאליטישן לעבן

No comments:

Post a Comment