Monday, June 8, 2009

אייראפעאישע לענדער האלטן אפ וואלן; צענטריסטיש-רעכטע פארטייען גרויסע געווינסן. פרישער פראסק פאר גארדאן בראון אין ענגלאנד

נעכטן איז פארגעקומען וואלן אין עטליכע לענדער פונעם אייראפעאישן פאראיין, און לויט ווי די יעצטיגע רעזולטאטן ווייזן, האבן די מער-רעכטע פארטייען געווינען זיצן אין דייטשלאנד און אין פראנקרייך ווייזן די יעצטיגע נומערן גרויסע איבערוויגנדע געווינסן פאר די רעכטע פארטייען
עס איז אבער געווען זייער א שוואכע "טורנאוט" צו די וואלן און זייער ווייניג מענטשן האבן דערין אנטייל גענומען. בלויז 43 מיליאן פון 375 מיליאן מענטשן אין די 27 לענדער וואו די וואלן זענען פארגעקומען, זענען ארויסגעקומען צו די שטים בודקעס
אין א הויפט נייעס פון די רעזולטאטן פון די נעכטיגע וואלן אין אייראפע, האט דער פרעמיער מיניסטער פון ענגלאנד, גארדאן בראון, געליטן א פרישן פראסק, נאכדעם וואס זיין לעיבאר פארטיי האט שטארק פארלוירן אינעם אייראפעאישן פארלאמענט, און דאס קומט אין די זעלבע צייט ווען די ענגלישע באפעלקערונג רופט בראון צו רעזיגנירן פונעם פרעמיער אמט

No comments:

Post a Comment