Sunday, June 7, 2009

אין רעזולטאט פון אבאמא רעדע: ביבי נתניהו וועט געבן וויכטיגע שלום-פאליסי רעדע קומענדיגע וואך


ירושלים. - מדינת ישראל פרעמיער בנימין נתניהו האט היינט זונטאג ביים וועכנטליכן קאבינעט זיצונג געמאלדן אז ער וועט געבן א רעדע קומענדיגע וואך זונטאג וואו ער וועט פארלייגן זיינע פלענער פאר שלום מיט די פאלעסטינער
דאס קומט אין דירעקטער רעזולטאט צו די רעדע וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט באראק אבאמא האט גערעדט פארגאנגענע וואך אין עגיפטן, ארויסברענגענדיג אמעריקע'ס ווילן צו דערנענטערן די מוסולמענער גלויביגע פון איבער די וועלט מיט אמעריקע. אבאמא האט ביי יענע רעדע אויך ארומגערעדט פון די כוחות וואס אמעריקע לייגט אריין צו מאכן שלום צווישן מדינת ישראל און אירע שכנים די פאלעסטינער. ער האט דאן אויפגעפאדערט פון מדינת ישראל אז זי זאל אויפהערן בויען אירע ישובים ביים מערב ברעג, צו ווייזן אז זי איז גרייט פאר א גענצליכער און ווירקזאמער שלום מיט די אראבער
מען האט געהערט שארפע קריטיק מדינת ישראל, וועלכע ווייזט דערווייל ארויס שטייפקייט און וויל נישט אויפהערן בויען די ישובים, אבער היינט איז געקומען א דורכברוך ווען נתניהו האט געמאלדן אז ער וועט געבן א רעדע איבער דער שלום פראצעס קומענדיגע וואך
ער האט טאקע נישט געגעבן דאס מינדעסטע אינפארמאציע איבער וואס זיין רעדע וועט אנטהאלטן, ער האט אבער יא געזאגט אז מדינת ישראל וויל לעבן בשלום מיט אירע שכנים די פאלעסטינער און מיט די אראבישע וועלט בכלל

No comments:

Post a Comment