Monday, June 8, 2009

פרא-מערב-וועלט פארטיי אין לבנון האט מעגליך פארלאמענט מאיאריטעט קעגן חיזבאלא

היינט מאנטאג אינדערפרי האבן לאקאלע טעלעוויזיע סטאנציעס אין לבנון איבערגעגעבן די מעגליכקייט אז די פרא-מערב-וועלט פארטיי זאל האבן אריבערגעווינען מער פארלאמענטארע זיצן אין די רעגירונג פארלאמענט, ווי די חיזבאלא וועלכע האט ביז יעצט אנגעהאלטן די מאיאריטעט דארטן
עס איז נישט ערווארטעט אז די עפנטליכע און אפיציעלע רעזולטאטן וועלן ארויסקומען פריער ווי היינט מאנטאג ביינאכט, אבער די געווינערס האבן שוין געפייערט מיט פארטי'ס און שיסערייען אין דער לופטן און דאס ווייזט א גאר גוטן אויסגאנג פאר די פרא-מערב-וועלט פארטיי
אט די נייעס, איז גאר גינסטיג פאר אמעריקע און פאר די אבאמא אדמיניסטראציע ספעציפיש. אבאמא -וועלכער פרובירט אונטערצוקויפן די וועלט מיט שיינע רעדעס און פיפיגע דיפלאמאטיע- קומט אונטער גרויס קריטיק אז מיט זיינע שיינע רעדעס טוט ער גארנישט אויף און עס האט בלויז א פארקערטן אפעקט, ווען די טעראריסטן און אמעריקאנער פיינט נעמען בלויז ארויס דערפון אז מען קען טון מיט אמעריקע וואס מען וויל און זיי וועלן בלייבן ביים רעדן ווייעך און שיין. אצינד אבער, איז פאראן שטארקע מעגליכקייטן אז טאקע אט די רעדעס, ווי די באקאנטע רעדע פון פארגאנגענע וואך אין עגיפטן, וואו ער האט ארומגערעדט אז אמעריקע וויל לעבן אין גוטע טערמינען מיט די אראבישע וועלט, אז טאקע דאס האט צוגעברענגט אז אין לבנון וועט די פרא-מערב-וועלט פארטיי שטארק געווינען און צעקלאפן די מיליטאנטישע שאיאט פארטיי -חיזבאלא
מען וועט אבער -ווי פריער געשריבן- דארפן ווארטן ביז די ענדגילטיגע רעזולטאטן וועלן אריינקומען

No comments:

Post a Comment