
עס קומען יעצט פרישע באריכטן אז די זוך קרעפטן וועלכע נישטערן דורך די וואסערן אינעם ראיאן וואו מען גלויבט אז דער עראפלאן האט אראפגעקראכט מיט אירע 228 פאסאדזשירן, האבן געפינען פרישע 4 קערפער, וואס דאס ברענגט צו א סך הכל 6 קערפער וועלכע זענען שוין אפגעפינען געווארן אריינגערעכנט די 2 וועלכע מען האט היינט אינדערפרי געטראפן
מען האט נאכנישט אידענטיפיצירט די קערפער זיכער צו מאכן אז זיי זענען פונעם געקראכטן פליגער. א נידריג-פליענדער העליקאפטער האט געטראפן איינס אין די זעלבע צייט וואס זוכער מיט שיפלעך האבן געטראפן די אנדערע דריי
באריכטן פון די קאמאנד צענטערן זאגן אז פילאטן אין דער לופט האבן מיט עטליכע מינוט צוריק געטראפן נאך עטליכע קערפער -עס איז נישט קלאר וויפיל- און עס ווערן יעצט אהינגעשיקט ספעציעלע שיפלעך אנצולאדענען די טויטע קערפער
No comments:
Post a Comment